עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

11 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אזוי מ'האלט דאך ביים סיום וחותם פון יו' ג' תמוז, וואס בהמשך להמדובר לעיל, יו' בית תמוז, איז דאך דעמאלט געווען דער ענין במעשה בפועל, וואס אין דערויף איז דאס געווען נאך מערער פון יו' בית תמוז, וואס דעמאלט איז געווען די מעלה וואס ס'איז געווען די פתיחה בהתחלה, ס'איז אבער געווען בדיבור, און ניט א דיבור הכי תקיף, משא'כן יו'תמוז איז דאס ארויס אין כתיבה און נתינה פון תעודה וכו כמדובר לעיל בארוכה. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, יעדער ענין פון וועלט איז דאך בהשגחה פרטית, כתורת הבעל שם טוב הידועה, וכמוזכר במשך כל השנה, אחי יתן אלא לבו ער דארף דאך דאס נעמען צו זיין הארצן, וויסן אז דאס מיינט מען אים בפועל, און זאל אראפ כמדובר לעיל די הדגשות פון יו'ג'תמוז, אז המעשה הוא העיקר, כמדובר לעיל אויך בארוכה, אזוי איז אויך בהנוגע לעניננו. וואס ס'איז דאך דא דער צד השוה, דער קאפיטל תהלים וואס איז פארבונדן מיט די יום הולדת, און פארבונדן אויך מיט שנת הולדת, דאס איז דאך דער קאפיטל תהלים וואס דער נשיא זאגט אים, נשיא דורנו, במילא ההלכים בעקבותיו, זאגט מען אים טאקע אנהויבנדיק פון יום הולדת בי'ב'ת תמוז, אבער דערנאך איז דאך דאס במשך כל השנה, על אחת כמה וכמה תיכף ומיד לאחרי זה, און אין א המשך וואס בכמה ענינים איז דאס א יום אריכתא דער י'ב'ת צוזאמען מיט י'ג, איז דאך זיכער דעמאלט אויך די זמן אמירת פון דעם קאפיטל תהלים, און אן אמירה אויך אין אזא אופן אז ס'זאל זיין אמירה, אז ס'זאל ברענגען צו מעשה בפועל דעם גאנצן תוקף שבדבר. וואס דאס הויבט זיך אן, כמדובר, די הדגשה וואס ס'איז דא בגלוי אן ענין של ברכה אין דעם קאפיטל סמוך וסיומו, ווי גערעדט נעכטן בארוכה אין די ווערטער בזה עדי הוי'מעוד בפי ופתוח רבים העללינו, כמדובר לעילין

2מייד בית תמוז, אז ס'הויבט זיך אן א תקופה, וואס דעמאלט הויבט זיך אן כל הענין פון א אידן, וואס דאס איז דאך דער נשיא פון יעדער אידן, אפילו וואס בשם ישראל יכונה, הויבט זיך אן דעמאלט וואס ער באקומט דאס דורך א ווארט און א פסוק און א מזמור פון דוד מלך ישראל לאים זמירות ישראל אז ס'הויבט זיך אן דער ענין פון עדה, און אין אן אופן ניט סתם הודאה, נאר עדה מאוד און עדה מאוד אין אזא אופן, אז דאס ניט ס'בלייבט בלבו פנימו, אבער במחשבה, אדער ער איז יוצא טאקע ברענגט דאס אראפ אין מעשה, ער מאכט אבער ניט דערפון קיין שטורעם בדיבור, וואס א מעשה דארף מען דאך האבן אז יענער זאל וועלן קוקן אין יענער זייט. בשעת ס'איז דא דער ענין, ברענגט מען ארויס בדיבור, ובדיבור חזק, אט דעמאלט איז דאך א חוץ וואס אברהם האט דער אויבערשטער אויבערשטער אים געמאכט א שליט אויך אויף חוש השמיע, ועל דרך זה איז דאך אויך ידוע דער סיפור פון נשיא דורנו בהנוגע צו זיין פאטער, אז ס'איז געווען אמאל אן ענין וואס ער האט געזאגט א מאמר חסידות, און מאיזה סיבה שתהי'איז אין א חדר הסמוך, איז געווען אזוינע וואס האבן גערעדט צווישן זיך ווי ס'איז געווען פרויען אדער מאנסביל וכיוצא בזה, עד כדי כך, אז דאס האט מבלבל געווען, אפילו ער האט זיך געזאגט דעם מאמר, האט ער געזאגט בכל לבבך ובכל נפשך ובכל עמודך דער רבי'ן נשמתו עדן, ביחד עם זה האט דאס אבער אים מבלבל געווען, אז דאס האט גערעדט, און דערנאך, אז ס'איז געבואו א צייט לאחרי זה האט מען געזען, אז ער הערט ניט קיין ווי ניט על-דרך הרגול, האט דער בעל הגאולה ביי אים געפרעגט מאי-הי, וואס עפעס מיט אמאל? האט ער אים דערציילט, א יז ער רופן א דוקטרער וכיוצא בזה, האט ער אים דערציילט, אזוי ווי ער האט גערעדט דעם שבת שלפני זה, גערעגט א מאמר, דערביי איז געווען אין א חדר הסמוך אט אין דעם חדר וואס מ'האט גערעדט האט דאס אים מבלבל געווען, ער האט זיך אבער געוואלט ז

3דעם מאמר האט ער גלייך ביי זיך אויפגעטאן, אז ער האט מסלה געווען דעם חוש השמיע, על כל פנים דעם תוקף פון חוש השמיע, במילא דאס זאל אים ניט מבלבל זיין, איז דערנאך געווען א המשך, אז זמן לאחרי זה, איך ווייס ניט ווילאנג דער זמן האט געדויער, דאס האט דער שווער ניט דערציילט, אז במשך זמן לאחרי זה איז געווען א חרישות אין חוש השמיע, אבער על דרך הרגיל, בשעת מ'האט א חוש השמיע, יעדערער לפון שיעורי דיליין, וואס דעמאלט ווערט מען אויף אים אויס באלעבאס, א חוץ ווי ס'איז געווען בא אברהם אבינו, במילא אז דאס ווערט דער עדתך מאד און דאס ווערט בפי, אט דעמאלט איז מוז יענער יעדער הערן, אפילו ווען ער קוקט אין א צווייטע זייט, און נאך מערער, אז דאס איז לכם ער וויל קוקן אין א צווייטע זייט, כדי די עשי'וואס ער זעט און די מופסים וואס ער האט גע געזען עד כדי כך אז ראו כל אפסי הארץ און כל עמי הארץ און כל שרי המדינה, והארץ, ווי גערעדט בנוגע צו דעם נוסח וואס דער אלטער רבי שרייבט דאס בנוגע צו די גאולה פון י'טעס כסלו, וואס על דרך זה איז אויך געווען דערנאך אין י'בי'ס-י'ג'ל תמוז.

4ויש לומר כמוזכר אויך לעיל, אז דא איז נאך דא א הוספה בזה, צום אלעם ערשטן ווי מ'זעט דאס בפועל, אז הפצת המעיינות חוצה וואס האט זיך אנגעהויבן לאחרי פטערברג, כנוסח הידוע, איז דערנאך געווען שלא בערך צו דער הפצת המעיינות חוצה וואס איז געווען אין פארבינדונג מיט י'בית-י'ג'תמוז, ובפרט אז י'בית-י'ג'תמוז איז דערנאך אראפגעקומען

5ארץ אויך אין חצי כדור התחתון, און אין אן אופן אז מצוה בו יותר מבשלוחו, פאמילא איז ער אליין געקומען אויך אין חצי כדור התחתון, איז אט דעמאלט איז דאך דאס שלא בערך די הפצת המעיינות חוצה, על דרך זה יש לומר, און מ'האט אין זיך די ברייטקייט אזוי זאגן בנוגע צו עצם הגאולה, וויבאלד אז מ'איז דאס סומך און דער יסוד בזה איז אט דאס וואס דער בעל הגאולה שרייבט אליין בהנוגע צו זיין גאולה, הלא אותי בלבד גאול הקב,"ה נאר אלע אידן, ביז אזא וואס בשם ישראל יכונה, וואס דאס איז דאך כולל א תחתון תחתון יותר, במילא בלייבט דאך ניט קיין איינציקער איד, סיי אנשים סיי נשים סיי טף, וואס זיינען ניט נכלל אין דעם, משא'כן בנוגע צו דער גאולה פון י'ט'כסלו, האט טאקע דער אלטער רבי געזאגט, אז חסידות חב אד איז דאס ניט אן ענין פארבונדן מיט א חלק פון אידישן פאלק, נאר סוף כל סוף איז דאס א שייכות און דאס קומט-אן צו יעדערן פון אידישן פאלק, אבער דעמאלט איז דאך געווען דער ענין, ווי מ'האט דאס געזען בפשטות, אז אפילו אז ס'האט זיך אנגעהו יפוצו מעיינותיך חוצה אין זמן פון דעם אלטן רבי'ן, און אפילו דערנאך אז ס'איז געווען רחובות הנהר בא דעם מיטעלן רבי'ן, און נאכמערער באם צמח צדק, וואס האט פארנומען אויך דעם חלק פון אידן וואס זיי זיינען פארבונדן מיט נגלה, און דערנאך אויך באם שווער, באם בעל הגאולה אליין, קודם הגאולה קומט דאס ניט צו דעם יפוצו מעיינותיך חוצה ווי ער אליין פארבינדט דאס, און איז דאס מגלה און זאגט דאס אין איינפאקן לשון, וואס דאס איז מובן וגם פשוט, אז אפילו יפי שם ישראל יכונה ווערט ער אויך נגאל. וואס דאס איז דאך נאכמערער מדגיש, אז דאס איז א הכנה קרובה און א הכנה מעין ממש פון דער גאולה העתידה לבוא, וואס דער אויפטו פון דער גאולה העתידה לבוא איז דאך, אז די גאולה פון גלות בבל, און פרס ומדה, און

6יוון איז דאך געווען א טייל אידן וואס זיינען געבליבן בכלל נאך אין גלות, אפילו די גאולה פון ארץ מצרים, כימי צאתך מארץ מצרים וואס אלע אידן זיינען ארויס פון ארץ מצרים, און פון גלות מצרים, זיינען זיי דאך ארויס אין אזא אופן, אז ס'איז נאך געבליבן אן אפשריות, אז דערנאך זאל זיין לא זכו במילא איז געווארן א מקדש אדנ'כוננו ידיך ניט משכן שעשה משה גלייך, נאר וואס דען ס'האט זיך אפגעלייגט א שפעטער, וויבאלד אז לא זכו איז דעמאלט געווען אויפגעטאן אין דער גאולה, אז מ'האט געזען אז דאס איז ניט קיין גאולה שלימה, ניט קיין גאולה נצחית, משא'כן אט די גאולה, וויבאלד אז מ'האט די הבטחה, אז מעלין בקודש ולא מורידין איז דאך דאס א זיכערע זאך בהנוגע צו דעם אויבערשטן אליין, מגיד דבריו ליעקב חוקיו משפט תב לישראל, איז וואלעד אז ס'האט זיך אנגעהויבן די גאולה פון אלע אידן, אן נשים נשים וטף, אפילו אט די וואס בשם ישראל יכונה האט זיך אויך אנגעהויבן ווי דער בעל הגאולה איז מעיד, און גע'חתמ'עט אויף דערויף, און געהייסן דאס אפדרוקן און פאנאנדערשיקן און מפרסם זיין עד סוף כל הדורות, אפילו אזא וואס בשם ישראל יכונה איז דאך פארשטאנדיק, אז דערנאך גייט מען הלך והוסיף אין דער גאולה, ביז וואנענט אז ס'קומט די גאולה בכל חלקי העולם, און בכל חלקים פון יעדער אידן און פון אלע אידן, במילא אויך בכל חלקי העולם וואס בשבילם נברא א גאולה נצחית, און צוזאמען דערמיט א גאולה שלימון ותלע פרטים ופרטי פרטים.

7וואס ס'איז דאך אויך דער ענין גלום וואס מ'האט צוגעגעבן י'ג'תמוז איז דאך, וואס דעמאלט איז דאך גלייך לשנה הבאה קבום איז דער מכתב הידוע וואס דארט איז ער מגלה און מבאר ווי אזוי די גאולה איז, לא ייתי בלבד, נאר ביז צו אט דבר ובשם ישראל יכונה און איז גלייך ממשיך, אז דערפאר גיט ער ארויס א מאמר, וואס דבר המאמר

8שכינה שרוי ביניהם ככו און האט דאס גלייך דעמאלט געהייסן מפיץ זיין, און דערנאך האט דאך אויך אפגעדרוקט כמה וכמה פעמים. וואס דאס ווערט דאך אויך דערנאך א הוראה נצחית בנוגע צו דעם לימוד המאמר, און מ'פארבינדט דאס מיט ג'תמוז, אויך ווי ער זאגט דארט אין מאמר, וואס דאס איז אויך אן ענטפער אט די וואס טענה'ן און הערן דורך די הוא קפה כיוצא בזה, און ווי שרייבן, וואו וועלן זיי איצטער באקומען צען מענטשן צוזאמען וואס מ'קען מיט זיי לערנען דעם מאמר ברענגט ער גלייך אין התחלת המאמר אויך אראפ דעם המשך פון דער משנה, אז מניין אפילו חמש און אפילו שלש און אפילו שנים און אפילו אחד, שנאמר אז בכל המקום אשר אזכר את שמי אבוא אליך וברכתיך לשון יחיד. וואס דאס זאגט ער גלייך אין אנהויבן פון דעם מאמר, וואס דאס איז גלייך אן ענטפער צו אט די וואס וועלן גלייך אנהויבן מיט די שאלות הידועות אויף אפקילן זיך, און עד כדי כך אז מ'קילט אפ אויך דעם וואס געפינט זיך ארום זיך, אזוי ווי ס'איז שוין שפעטער נאכט, און מ'דארף גיין סוכן נייען אידן צו זיך מיט וועלכע וואס מ'קען מיט זיי זאגן און רעדן א וואר חסידות, דאס איז דאך תורה שבעל-פה, דארף מען דאס פארשטיין על כל פנים ניט נאר די פסוקים וואס ווערן דארט געבראכט, די תורה שבכתב שבזה, נאר אויך די מאמרים במיוחד די ביאורים בכו ולכל לראש, דער מוסר השכל וואס מ'דארף דערפון ארויסנעמען וועגן החי יתנו לבו, ווארום דאס גלייך אין התחלת המאמר, אף על פי וואס די נקודה פון מאמר איז, און ווי ס'איז פארשטאנדיק אין דעם בריוו, איז געווען די כוונה און דער רצון און דער חפץ פון דעם בעל הגאולה, אז מ'זאל לערנען אט דעם מעמד דוקא בעשרה אדער נאכמערער, האט ער אבער אויך אראפגעבראכט דעם המשך כל המשנה כולה, ביז אזכיר את שמי וברכתיך ובפרט נאך אז דאס איז אן ענין, אזכיר את שמי וברכתיך וואס דאס איז נוגע אויך בא אט די עשרה וואס קלייבן זיך צוזאמען,

9דארף מען דאך אויך האבן די תכלית העילוי, וואס ס'איז דא מערניט ווי אזכיר את שמי ואורחתיך וואס אין מקרא יוצא מידי פשוטו, און ווי ס'שטייט דאך אין תורה שבעל פה, אז דאס מיינט מען במיוחד דעם ענין און דעם ארט, וואס דארטן זאגט מען דעם שם ככתבו, דעם שם העצם און שם המיוחד, און שם המפורש, וואס דאס איז דאך געווען אין בית המקדש, בשעת כהנים האבן דארט געדוכנט, האבן זיי דאך אים דאס געזאגט דעם שם המפורש, ביז ס'איז געקומען די צייט, אז מפני הצ�ויים, מפני הצבויים, מפני הרמיון האט מען דאס דעמאלט אויפגעטאן מערניט ווי דער כהן גדול אין קודש הקדשים, כמדובר ומפורש אין מפרשי השס. און ויהי רצון אויפן רעדן אין די אלע ענינים, ס'זאל גלייך צוקומען אין די וואס האבן שוין געלערנט דעם מאמר, זיי זאלן ממשיך זיין בזה, און פועל זיין אויך אז מהם יראה וכן יעשו אנשים נשים וטף, אט די וואס מאיזו סיבה שונה ומשונה האבן דאס נאך ניט געטאן, אף על פי וואס מ'האלט שוין אין סיום פון חותם פון יד ג'תמוז, ובפרט נאך אז וויבאלד אז ס'האט טאקע ארויסגעגעבן האט מען דאס אין צוזאמענהאנג בשנה הבאה, אבער די כוונה בזה איז דאך געווען בהנוגע צו ימי הגאולה בכלל, אנהויבנדיק פון י'בית תמוז, אדער אפילו פריער ווען מ'הויבט זיך אן גרייטן צו ימי הגאולה-זאל זיין די הכנה לזה הכי מתאימה-אט דער מאמר מיט די אלע פרטים וכו.' און דער עיקר, כאמור, פון א חי יתנו לבו. איז ויהי רצון, אז דאס זאל גלייך מוסיף זיין נאך אין די לעצטע רגעים פון גלות, און דאס זאל גלייך ברענגען, אז מ'וועט זוכה זיין צו הערן אזכיר את שמי וברכתיך ניט בכל מקום סתם, נאר אין דעם מקום הידוע אין קודש הקדשים דער כהן גדול, וואס דעמאלט איז דאך, און בכלל נאך לעתיד לבוא איז דאך יש לומר, אז די כהנים הזדוכה נען אין בית המקדש, על אחת כמה וכמה וויבאלד אז ס'איז ניט רוח הטומאה אעביר מן הארץ,

10דארף מען דאך ניט באווארענען אט די וואס זיי קענען ניט-גוט אויסנוצן דאס וואס זיי הערן דעם שם המפורש, ווי מ'זאגט אים ככתבו, איז דאך דעמאלט פאלט דאך אפ אט דער שער דיש לומר בפשטות, אז גלייך ווי ס'קומט די גאולה וואס דער מעמד ומצב פון אז רוח הטומאה אעביר מן הארץ הויבן גלייך אן די כהנים דוכנען, וואס ברכת כהנים איז דאך מן התורה בכל יום ויום, מערניט ווי מצד צער הגלות, צער פון דעם מעמד ומצב אין גלות וכיוצא בזה, איז דא ערטער וואס מ'דוכנט מערניט ביום-טוב, אדער על כל פנים ביום-טוב וביום השבת וכיוצא בזה, אבער אזוי איז דאך דער ענין פון דוכענען איז דאך א חיוב מן התורה בכל יום וכמה פעמים ביום, בשעת ס'איז ניטא דער חשש פון שקרות, איז דאך דער אפילו אין זמן תפילת מנחה אויך וכיוצא בזה, וואס יש לומר אז לעתיד לבוא, וויבאלד אז מ'וועט וויסן אז מ'האט ניט פארוואס צו חושש זיין, איז דעמאלט איז דער זמן פון ברכת כהנים אויך אין זמן מנחה, און דער עיקר אז ס'זאל זיין בפועל, למטה מעשרה טפחים, דער דוכנען פון כהנים אין ארץ הקודש, און דארט גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארט גופא אין הר הקודש, און אין בית המקדש, וואס אויפן הר הקודש, און דארט גופא ביז אין קודש הקדשים. ונזכי כל אחד ואחת קהל גדול ישובו הנה הןשים נשים וטף לארצנו הקדושה בבנינו ובבנותינו בנערינו ובזקנינו און אין אן אופן פון הקהל און הקהל גדול און תסמח און תסמח ארצנו הקדושה פון עשר אומות, און ווי דאס ווערט די אלע עשר דרגות קומט דאס אן צו יעדער אידן און צו אלע אידן, וואס אף על פי וואס ארץ ישראל איז דאך נתחלקה לשבטים האט דאך אבער יעדער איד א חלק אין גאנץ ארץ ישראל, ובפרט דאך ווען ס'רעדט זיך וועגן ירושלים, וואס לא נתחלקה לשבטים על אחת כמה וכמה בנוגע צו בית-המקדש און קודש הקדשים,

11און בשעת ברכת כהנים זאל דאס זיין תיכף ומיד ממש, און דאס וואס מ'וועט איצטער מסיים-זיין כרגיל וועט געבן יעדערן א שליחות אין צדקה, מ'זאל נאכמערער צוהיילן און קירצער-מאכן די לעצטע רגעים פון גלות, קירצער בכמות, אבער ליינגער באיכות, וואס יעדער רגע ווערט א מועט, א מחזיק את המרובה, דער היפך פון ברגע קטן שלא למעליותא ווערט דאס א רגע קטן, על דרך ווי מ'זאגט אויף א אידן אז זי הקטן גדול יהי'והקטן לאלף זאל דאס זיין גלייך, ובפועל ממש, נאך זייענדיק אין גלות, ובפרט נאך אין פארבונד מיט דעם ענין הצדקה, און גלייך נאך דערויף ארו עם ענני שמיא, כמדובר לעיל דער קהל גדול, אין אן אופן פון הקהל און כל גדול לשון יחיד, תיכף ומיד ממש בארצנו הקדושה, בירושלים עיר הקודש, ובהר הבית, ובהר הקודש, ובבית המקדש, במהרה בימינו ממש, ולא עיקבם אפילו כהרף עין, איז תיכף ומיד ממש, בפשטות ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions