עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-tzsf882n

kind
paragraph
order
T3
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ותחת תאנתו, כדי דארט אויף משלים-זיין די לעצטע בירורים פון דעם גלות זה האחרון, ודוקא מתוך שמחה וטוב לבב, ובפרט נאך אז ער נעמט אויך אויף זיך, אדער זי נעמט אויף זיך, דעם ענין פון מאכן שיעורים בתורה צו אלעם ערשטן מיט זיין ציבור, וואס דאס איז דעשר כחות הנפש ווי זיי זיינען ביי אנשים, אדער ביי נשים אדער אפילו ביי טף, איז דאס גלייך ווי זיי ווערן געבארן האבן זיי בשלימות די עשר כחות הנפש, איז דאס דער ציבור הפרטי. און דאס ווערט אויך די הכנה אויף אויפצונעמען דעם ציבור הכללי פון דעם קהל גדול וואס ישובו הנה תיכף ומיד ממש. וואס דערפאר איז אויך מתאים, אז מ'זאל אפטייטשן אט דאס וואס מ'געזעגנט זיך אז דאס איז מערניט ווי די שעה קלה, דערפאר וואס תיכף ומיד קלייבט און צוזאמען דער אויבערשטער אליין, תלוקטו לאחד אחד בני ובנות ישראל און קלייבט און אלעמען צוזאמען, אנשים נשים וטף, אין די מקומם האמיתי, וואס דער מקום האמיתי פון יעדער אידן און פון אלע אידן, איז דאך דוקא בארצנו הקדושה, וואס זי ווערט דאך אנגערופן בשם ארץ ישראל
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions