עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-tyjcg2qz

kind
paragraph
order
a
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
יעדערער פון די דריי איז ער פועל דערנאך אלס א באזונדער חוט המשולת במקומו, ווי מדובר כמה פעמים על דרך זה בהנוגע צו כמה וכמה ענינים. וואס דאס איז אויך אזוי ווי מה טוב ומה נעים אז אין יעדערער פון די דריי טעג זאל יעדערער נעמען אויף זיך על כל פנים דריי ענינים, במילא וועט אויך זיין במשך פון די דריי טעג ג'פעמים ג'מיט אלע ענינים, מיט אלע רמזים וואס מ'קען אין דערויף זאגן, און טאמער וועט מען זאגן ניט אן א יסוד בדבר איז כמדובר כמה פעמים, וויבאלד אז דאס וועט ברענגען א הוספה אין תורה און עבודה און בגמילות חסדים אין די אלע דריי זאכן, און וואס יעדערער פון זיי איז דאך כולל פון די אלע דריי, כמדובר כמה פעמים, וועט מען אויך האבן דער ג'פעמים אין ג', און דאס וואס מ'זאגט אויך, לא במהרה ינשק איז פארשטאנדיק, אז ס'איז דא די מציאות פון י'נשק, נאר וואס טוט-אויף דער חוט המשולות? אז דאס קען ניט זיין במהרה, ס'מוז זיין א משך זמן ווי דער חוט המשולות שטייט אלס איין און איינציקער חוט, און דערנאך האט מען אויך אט די מעלה וואס ער ווערט דרכי י'נשק און יעדערער טוט זיך אין אן אנדער מעמד ומצב, וואס ס'איז לגמר ניט דער מעמד ומצב פון דעם צווייטן
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions