עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-txn1zwba

kind
paragraph
order
6P
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אידישקייט יעדערער במקומו, און דערנאך האט זיך אויך כמה וכמה וואס האבן צוגעשיקט דערנאך די דוכן די באריכטן וואס זיי האבן געטאן און ווי אזוי זיי האבן געטאן און ווי אזוי דאס איז נתקבל געווארן, איז אויך כאן הזמן וכאן המקום אויף באשטעטיקן אז די אלע דוכן זיינען אנגעקומען, און ס'דערמאנט יעדערן לפי ענ�ו אויפן ציון פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, וגדול זכות הרבים, אויף מסייע זיין זיי אויף נאכמער מצליח זיין בעתיד, און אויך מוסיף זיין אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלעמען אין וואס זיי נויטיקן זיך די אלע וואס זיי האבן שוין געטאן, סיי בגשמיות וסיי ברוחניות, אנהויבנדיק פון אמת'ן נחת, תורה נחת און חסיד'ישע נחת, פון קינדער און קינדס-קינדער און פון זיך אליין, ובאופן דמוסיף והולך ואור, ובפרט נאך אז לויט די דוכים וואס זיינען אנגעקומען, זעט מען, אז דאס וואס מ'האט געטאן איז געווען בהצלחה רבה ומופלגה, אין די ערטער וואס ס'איז ניט געווען קיין הצלחה איז דאס די ערטער וואס מצד סיבות שונות ומשונות האט מען ניט געטאן! אז מ'האט ניט געטאן איז פארשטאנדיק, אז ס'איז ניטא אויף וואס די הצלחה זאל חל זיין, אבער דארט וואס מ'האט אנגעהויבן טאן, אפילו אז בתחילת פון טאן איז מען ניט געווען אויף אזויפיל זיכער, און מ'האט געמאכט ניט ניט אזא שטורעם, האט מען גלייך געזען, אז דער אויבערשטער גיט א ברכה והצלחה מופלגה, במילא האט דאס צוגעגעבן נאכמער לעבעדיקייט און שטארקייט אויף ממשיך זיין אין דעם טאן, מ'איז געווען הלוך ומוסיף ואור. און דערפאר איז, כאמור, נוסף אויף די ברכה והצלחה וואס זיי האבן פון דעם אויבערשטן, מקור כל הברכות פאר דעם טאן אין ממלא זיין זיין שליחות פארשפרייטן אידישקייט וואו נאר מכן, האבן זיי אויך די ברכה והצלחה פון אלע אידן וואס הערן וועגן זייער טאן, אפילו אז זיי ווייסן ניט גענוגע די נעמען
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions