Paragraph
Paragraph rh-twpbrtmr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-106e1b29
- order
- qh
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווארום מ'האלט שוין בסיום פון חמשה עשר באב, איז דאך פארשטאנדיק דער יתר שאת וביתר עוז בנוגע לכל החלטות אלו. און אין די אלע החלטות, כאמור, אויף ניט אפלייגן דאס אפילו ניט אין דעם טאג, אין דעם מעת-לעת פון חמשה עשר באב עצמו, וואס בנוגע לכמה ענינים האט ער נאך א המשך עד חצות לילה וכו כמדובר כמה פעמים, און דער עיקר איז, אז אין די אלע ענינים קומט דאס אראפ אין זמן ומקום, אפילו בהנוגע צו די החלטות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט יום המחרת אדער שלאחרי זה פון יום הששי וכיוצא בזה האלט ער אבער אויך שאין ההתחלה אויך אין יענע ענינים מאכט ער אויך נאך אין ביום הששי. וואס ביום הששי איז דאס טאקע בתחילת היום מ'האלט דאך נאך קודם חסות לילה, אבער אין דעם קודם חסות לילה איז דאך שוין אויך דורכגעגאנגען כמה וכמה רגעים און כמה וכמה דקות'ן וכמה וכמה שעות פון התחלת היום, וואס גלייך בא דער ערשטער רגע איז דאך שוין דא אין דערויף דער ענין השעה, וכמובא בספרים, אז ס'איז דא אמאל אז ס'שטייט שעהה מיינט מען דאס א שעה זמנית, און דערנאך איז דא אמאל וואס ס'שטייט שעהה מיינט מען דאס א שעה סדורה, וואס זי באשטייט פון זעכציק מינוטן, און דערנאך איז דא אז ס'שטייט שעהה מיינט מען דאס איין רגע, איין קער, אויך אנגערופן שעה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט עבודת האדם יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה, וואס דא איז דאך דער טייטש פון שעה אחת אן איין און איינציקער קער ברגע כמימרא. און יהי רצון, אז ס'זאל זיין ברגע כמימרא זאל דער אויבערשטער מקיים-זיין זיין קער, אל כל עמי ישראל בכל מקום שהם, מיט פנים
- proofread
- 0