עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ttrtvndm

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'געפינט אנשים צדיקים, אפילו מערניט צדיקים וואס זיי זיינען ישרים בדרך עבודתם, בדרך היוהם, על אחת כמה וכמה אז זיי זיינען צדיקים מיט א סך פירושים אין ווארד צדיק, ביז דעם העכסטן אפטייטש אין ווארד צדיק, איז אט די ענינים וואס זיי האבן גע'חזר'ט, אדער מכריז געווען, אדער מודיע געווען, אז אזוי דארף זיין די הנהגה איז דאך פארשטאנדיק, אז לכל לראש איז דאס, כביכול, דין על עצמם, נאר ס'איז ניט א דין פון לשון שלילה, וואס האט אין זיך אויך דער לשון פון שלילה, נאר דער ווארט פון דין וואס האט אין זיך כולו זכות, אבער דאס קומט אין אן אופן, אז ס'ווערט אזוי ניט מצד לפני משורת הדין, אדער ניט באופן של צדקה, אדער ניט מצד בקשה וכיוצא בזה ער איז תובע בזרוע דערפאר וואס אים קומט דאס פי דין תורה, די אלע זכיות מיט די אלע ענינים, ביז די ענינים הכי נעלים וועלכע מ'גיט אים. וואס על דרך זה איז בהנוגע לעניננו, אז וויבאלד אז דער נשיא איז פארבונדן דערמיט וואס ס'איז נתפרסם געווארן זיין הודעה, אז ס'דארף זיין מלכתחילה אריבער, וכאמור, דאס איז נתפרסם געווארן לאחרים ניט נאר ס'איז נתפרסם געווארן בדרך אגב, נאר דאס איז גאר געווען די תחילת ההכרזות שלו, וכידוע ווי חסידים גיבן איבער דאך דאך גאר אמאל געהערט פון נשיא דורנו אליין, אז ער האט געזאגט, אז די וועלט זאגט, אז ארונטער גייט מען אריבער, און איך זאג האט ער געזאגט אויף זיך, אז ס'דארף זיין מלכתחילה אריבער.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions