transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ונשיא דורנו דער רבי דער שווער, האט זיך איינגעשטעלט, אז מ'זאל מאכן א פארברענגען די נאכט אור לי'ג'תשרי, מפני כמה טעמים וואס ער האט מסתמא געהאט בזה, טעם הגלוי, און ווי ער שרייבט דאך אויך אין די כוסרות פון די קעפל פון די מאמרים וואס ער האט געזאגט ארויסגעגעבן ליום זה, דערפאר וואס דאס איז יום הילולא פון זיין זיידן, וואס איז אויך געווען דער נשיא בדורו, וואס ער איז דאך געווען זיין ממלא מקום, ובלשון הידוע לשון הכתוב תפארת זקנים בני בנין, איז דאך פארשטאנדיק אויך דער קשר מיוחד בגלוי צווישן זיי ביידן, און וויבאלד אז ביידע זיינען דאך געווען נשיאים, בנשיא הוא הכל, איז אויך פארשטאנדיק בפשטות דער קשר מיוחד לכל אחד ואחד מאיתנו, על פי המדובר כמה פעמים, ובפרט בנוגע לענין כזה, איז דאך דאס סיי ביי אנשים און סיי ביי נשים פונקט בשוה, און אפשר נאך מערער ביי נשים, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו מתן-תורה, וואס א מאמר וואס ס'זאגט א רבי, איז דאך בשעת האמירה, כמדובר לעיל, איז דאס כשומע מפי הגבורה און שלוחו של הגבורה, ועל דרך שינה מדברת מתוך גרונו, כידוע דער סיפור פון די חסידים פון דעם צמח צדק בזה, וכמדובר כמה פעמים, און אנגענומען אויך בפשטות, אז מ'דארף דאס גאר ניט איבער'חזר'ן צוויי מאל, ס'איז גענוג מערניט אז מ'דערמאנט דאס, און ס'איז אין דערויף ניט שייך קיינע פקפוקים, און ס'איז מובן ופשוט גם אין נגלה דתורה, ועד כדי כך אז ס'ווערט אן עיקר בדעת, אז כל מה שתורה
¶2עלמוד ואתי עתיד לחדש, צי דאס איז אין נגלה צי אין דרוש צי אין רמז צי אין סוד אין תורה, זאגט תורה בפשטות, תורת אמת, אז דאס איז ניטל למשה מסיני איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ער איז דאס מחדש, איז אט דעמאלט ווערט דאס מתחדש, ארויסגענומען דעם פרט פון דעם כלל, ווי ער איז געזאגט געווארן סיני, וכמדובר כמה פעמים, ווי אויך אין נגלה, אז ווי אזוי קען מען דא זאגן ביידע זאכן, אז דאס איז א חידוש פון א תלמיד ותיד בתוך הדורות וביחד עם זה איז דאס גאר ניט קיין חידוש, דאס איז געזאגט געווארן בשעת מתן תורה, וואס ס'איז געווען מיט טויזנטער יארן לפני זה, איז דאך איינער פון די ביאורים בזה, מתאים אויך על פי הלכה דארף דאך דאס אויך מתאים זיין? איז דאס מתאים על פי הלכה, אז ס'איז דא אן ענין וואס שטייט אין כלל, און דערנאך דארף מען ארויסנעמען אים פון כלל, וואס אמאל איז דאס א דבר לקל, קל לפי ערך אדער לפי ערך על כל פנים, און אויף דערויף אמאל דארף מען האבן אויף דערויף א השתדלות, און אמאל דארף מען האבן אויף דערויף א מוח חריף ביותר, אז ניט סתם א תלמיד ותיק, נאר דעם תלמיד ותיק עוסק הוותיק שבבותיקין. במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דער גילוי און די התפעלות שבדבר איז אויך לא בשוה, אבער בהנוגע צו דעם תוקף זייערן, און נאך מערער דער תוקף וואס ווערט נתגלה בשעת הגילוי בפעם הראשונה, איז דאס בדוגמא ווי מ'געפינט דאס נאך מער בהדגשה בהנוגע צו שנת הקהל, אז בשעת דער מלך האט געלייענט פסק'נט דער רמב״ם אפ אלס א הלכה פשוטה, אז דאס איז כשומע מפי הגבורה, און די אלע שונים דארפן זיך פירן און מכוין זיין מיט אלע ענינים וואס ער שרייבט אויף דערויף, מיט אלע פיר לשונות,
¶3ווי מ'שטייט בשעת מעשה באם בארג סיני און מ'הערט דאס מפי הגבורה. וכמדובר כמה פעמים ואין כל צורך לא יוסיף בזה. מערניט, אז וויבאלד אז ס'איז דאך א דבר בעתו, ווי ס'שטייט דאך איצטערן אין יום ההילולא איז דאך דאס א דבר בעתו, מ'וועט נאכאמאל איבערחזר'ן ענינים פארבונדן מיט דער הילולא, אף על פי וואס מ'האט גערעדט וועגן אין דערויף כמה פעמים, ובמיוחד אין ימות ההילולא שלו, ווערט דאך דאס בשעת מעשה נאכאמאל דער זירוז אז מ'זאל דאס נאכאמאל זאגן, אויך בדיבור ובגלוי, און מ'האט דערביי אויך די הבטחה, אז אויב נאר נזכרים כדרוש איז אט דעמאלט ונעשים גיט דער אויבערשטער די ברכות און הצלחות און המשכות וואס זיינען געווען בשעת מ'האט דאס געזאגט צום ערשטן מאל, וכמדובר כמה פעמים, וויבאלד אז אין קדושה איז דאך אלע ענינים האלטן דאך אין וואקסן, מוסיפין בקודש מעלין בקודש איז דאך פארשטאנדיק, אז דער ונעשים ווערט אן עשי און צוזאמען דערמיט אויך מיט א הוספה בדבר, און נאך מערער מיט א מעלי'בדבר, ווי מ'זאגט דאך דער לשון ניט נאר אז מ'דארף מוסיף זיין בקודש, וואס דאס קען דאך זיין אויך אז דאס איז פון דעם זעלבן איכות וכיוצא בזה, בשעת הלכה אין תורה איז מדייק, און תורה בכלל איז מדייק זאגט א לשון איז דאך דאס בדיוק, איז מען דערביי מדייק און מ'זאגט דעם לשון דוקא מעלין בקודש, אז ניט נאר אז ס'קומט-צו, נאר מ'הויבט-אויף אין א העכערן אופן די ענינים וועגן וועלכע מ'האט גערעדט אפילו ווען דאס איז געווען מיט א רגע לפני זה, על אחת כמה וכמה אויב דאס איז געווען ביום ההילולא מיט א שנה לפני זה. וואס דאס איז דאך געזאגט געווארן בהנוגע צו כל עניני קדושה,
¶4און צו כל ענינים פון יום ההילולא. דערנאך איז דאך דא, כמדובר כמה פעמים, בלשון המשנה, וואס די משנה זאגט אין אבות, אז בנוגע צו א אידן דארף ער וויסן זיין, אז דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון. פרעגט מען אויף דערויף די שאלה, דער סדר דארף דאך זיין א פארקערטער פריער גיט מען אפ א חשבון, און דערנאך, בשעת מ'האט דעם חשבון און מ'מאכט דעם סך-הכל אט דעמאלט איז שייך זאגן דעם דין. און דא זאגט דער משנה וואס כמדובר, דאס איז א לשון תחה וברורה, דין און דערנאך חשבון. און ס'שטייט אויף דערויף דער ביאור, אז אזוי ווי דער אויבערשטער איז דאך צדק וישר הוא, שטעלט מען צו א מענטשן, א אידן, א מעמד א א שאלה אדער א מעמד ומצב ביי א צווייטן, און מ'קריגט ביי אים ארויס, ווי קומט ביי אים אויס דארף זיין דער דין בהנוגע צו אזא מין שקלא-וטריא אדער צו אזא מעמד ומצב, און וויבאלד אז דערביי האט ער ניט קיין מגיעת עצמו פסק'נט ער דעם דין, אדער זאגט ער דעם דין ווי ס'דארף-צו-זיין, און דערנאך פרעגט מען ביי אים, אויב אזוי איז הערן דעם חשבון פון דיינע ווערטער, פון דיין עשיית החשבון, דעם חשבון צדק, באווייזן אים דערנאך, אז ער האט שוין אויף זיך אליין אפגעזאגט דעם דין.
¶5דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'געפינט אנשים צדיקים, אפילו מערניט צדיקים וואס זיי זיינען ישרים בדרך עבודתם, בדרך היוהם, על אחת כמה וכמה אז זיי זיינען צדיקים מיט א סך פירושים אין ווארד צדיק, ביז דעם העכסטן אפטייטש אין ווארד צדיק, איז אט די ענינים וואס זיי האבן גע'חזר'ט, אדער מכריז געווען, אדער מודיע געווען, אז אזוי דארף זיין די הנהגה איז דאך פארשטאנדיק, אז לכל לראש איז דאס, כביכול, דין על עצמם, נאר ס'איז ניט א דין פון לשון שלילה, וואס האט אין זיך אויך דער לשון פון שלילה, נאר דער ווארט פון דין וואס האט אין זיך כולו זכות, אבער דאס קומט אין אן אופן, אז ס'ווערט אזוי ניט מצד לפני משורת הדין, אדער ניט באופן של צדקה, אדער ניט מצד בקשה וכיוצא בזה ער איז תובע בזרוע דערפאר וואס אים קומט דאס פי דין תורה, די אלע זכיות מיט די אלע ענינים, ביז די ענינים הכי נעלים וועלכע מ'גיט אים. וואס על דרך זה איז בהנוגע לעניננו, אז וויבאלד אז דער נשיא איז פארבונדן דערמיט וואס ס'איז נתפרסם געווארן זיין הודעה, אז ס'דארף זיין מלכתחילה אריבער, וכאמור, דאס איז נתפרסם געווארן לאחרים ניט נאר ס'איז נתפרסם געווארן בדרך אגב, נאר דאס איז גאר געווען די תחילת ההכרזות שלו, וכידוע ווי חסידים גיבן איבער דאך דאך גאר אמאל געהערט פון נשיא דורנו אליין, אז ער האט געזאגט, אז די וועלט זאגט, אז ארונטער גייט מען אריבער, און איך זאג האט ער געזאגט אויף זיך, אז ס'דארף זיין מלכתחילה אריבער.
¶6גלייך געזאגט, אז ס'קען זיין אן אנדער סדר אויך, ווארום ס'איז דאך מפשטות, אז בשעת ער האט געזאגט, אז די וועלט זאגט איז לאו-בי שובתון עזקינא, ופשיטו אז לאו ברשיעי עזקינא, וואס דאס רעדט זיך אויך וועגן כשרים, און ס'איז דא כשרים וואס מצד אראפגענפאלנגען, מצד זיי די סיבה שתהיינה איז בא זיי דער סדר מיטן א העלם והסתר, במילא איז מצד דער וועלט שבהם זאגן זיי אז מ'דארף זיך פרואוון ארונטער, און בשעת מ'זעט אז ס'גייט ניט, און די זאך דארף זיך אפטאן, איז דאס א הוכחה, אז מ'איז אים מכריח ער זאל טאן היפך הרגילות שלו. במילא ווערט אבער לאחרי זה וואס ער האט דאס מכריז געווען, און דערנאך איז דאס נתחזה געווארן פי כמה, דורך תפרת זקנים בני בנים, דורך נשיא דורנו, ווי מ'האט דאס געזען בפשטות אין זיין הנהגה בכמה וכמה ענינים, אויך אין אזוינע ענינים וואס לכתחילה אויבן אויפן, כאטאט זיך גאר אויסגעוויזן, אז ס'איז לאו דוקא אן ענין וואס איז פארבונדן מיט אידישקייט. דאס איז דאך א הכרח צו זאגן, אז ביי אים איז געווען דער ענין פון כל מעשיך לשם שמים, ברובא דרובא, דער אלעמאל אויך בכל דרכיך דעהו, ס'איז דאך אבער געווען א חילוק ווי ס'איז געווען בגלוי און ווי ס'איז געווען בהדגשה, און צי דאס האט דוחה געווען אנדערע ענינים וואס מ'איז בשעת מעשה געקומען צו אים, אדער ס'האט ניט דוחה געווען דערפאר וואס דאס איז געווען כלאפי כמה ענינים, איז דאך דאס גערעכנט זיך ביי אים אויך ווי א רשות.
¶7וכמדובר כמל פעמים ואין כאן המקום להאריך בזה. בהנוגע לעניננו, אז זינט דעמאלט און זינט לאחרי ההלאה, ניט נאר דער איבער'חזר'ן דעם ווארט, נאר מעלה זיין דעם ווארט, וביחד עם זה אראפברענגען אים ביז צו תחתון שאין תחתון למטה הימנו, אויב נאר דאס רעדט זיך וועגן א אידן, איז אף על פי וואס ער איז אין תחתון למטה הימנו לפי איז ער אויך הנשיא הוא הכל, האט ער אט די הוראה, אז נאך ווי ער שטייט אין זיין וועלט קומט צו אים צוגיין די הכרזה פון זיין נשיא, וואס הנשיא הוא הכל, און זאגט אים, אז ער זאל גיין מלכתחילה אריבער.
¶8וואס מזה איז נאך פארשטאנדיק כמה פעמים ככה, ביז אין אן אופן פון אין-ערוך, ווען ס'רעדט זיך וועגן עשיריות מישראל, ובמקום קדוש, אין א בית הכנסת ובבית המדרש, ובימי רצון לאחרי ווי ס'איז שוין געווען די עבודה אויך פון יום-כיפור, ומחרת יום הכיפורים בשם השם דעם אויבערשטנ'ס נאמען וכיוצא בזה, און אין זיי גופא האלט מען שוין בא דעם דריטן טאג בזה, וואס דאס איז שוין דורכגעגאנגען רוב פון די ד'ימים שבין יום הכיפורים לסוכות, און ס'איז שוין מערניטער צו סוכות, כמדובר כמה פעמים בזה. ולאחרי כל זה, אז ס'קומט נאך צו דער ענין אז דאס איז שנת הקהל, וואס דער גאנצער ענין פון הקהל איז דאך, אז ס'הויבט אויף העם והאנשים והאנשים והטף, ביז קטני קטנים, דורך דערויף וואס זיי ווערן אלע צוזאמענגעקליבן, ווערט במילא דער ארט וואו מ'קלייבט זיי צוזאמען אפילו בזמן שאין בית המקדש קיים, בכל-שכן וקל-דחומר פון עשרה מישראל ווערט דער ארט שאין המקום קדוש, על כל פנים מקדש מעט, און מצד דערויף וואס ס'איז דא כמה עשיריות מישראל איז דאס ניט נאר מקדש מעט נאר דאס איז ניט נאר מקדש סתם, דאס איז גאר א מקדש גדול, ווי די גמרא טייטשט אפ אויף בית גדול אז דאס גייט אויף א בית הכנסת, און אז דאס גייט אויף א בית המדרש וכו'וכו כמדובר כמה פעמים.
¶9איז דאך אט דעמאלט פארשטאנדיק ווי אזוי ס'דארף זיין די הנהגה פון יעדער אידן, פון והתהלכה ברחבה ובלשון הנשיא, מלכתחילה אריבער. און דאס אלץ היילט נאכמערער צו, אז מ'שטעלט זיך אוועק אין אזא אופן ווערט נאכמערער צוגעהיילט די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וויבאלד אז ס'איז ניט שייך מיט אזא מענטשן, מיט אזא אידן, אריינגיין אין חשבונות און פירן מיט אים א חשבון אהין און א חשבון אהר, ער שטייט למעלה פון די ענינים, מלכתחילה אריבער און קומט צוגיין בפשטות, ער דארף גארניט תובע זיין, דאס איז אן ענין וואס דאס קומט אים בפשטות, ותיכף ומיד ממש, ועד כדי כך, אז מ'דארף דאס גארניט פארהאלטן אפילו כהרף עין, ווארום צופוסן די קנעפלעך האט מען שוין אויך צוגעפוסט, איז פעלט מערניט ווי דער אין-קער מצד זה לצד זה פון דעם רגע פון גלות, אין דער רגע פון גאולה העמית תמיתיות והשלימה על ידי משיח צדקנו, כרגע ממש. און דאס שטעלט זיך אוועק, מתוך שמחה וטוב לבב, פון איין אידן ביז צו אלע אידן, ביז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, דעם קהל גדול, ובמיוחד אז דאס איז נאך פארבונדן מיט הקהל, ובפשטות ממש למטה מעשרה טפחים.