Paragraph
Paragraph rh-ttpq27vk
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nws5wzdq
- order
- MJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דערפאר איז בהנוגע לפועל, און וואס ס'איז נוגע ימים אלו ממש, איז א זיכערע זאך, אז מ'וועט מאכן א חגיגות בכל מקום וואו ס'איז דא תומכי תמימים אפילו דארט וואו ס'איז דא מוסדות וואס זיי האבן א נאמען ענלעך דערצו, אבער זיי הייסן א חטא תמימים וכיוצא בזה, איז דער עיקר די ענינים, אז אנהויבנדיק פון חמשה עשר באלו, וואס ס'ווערט דעמאלט די פופציק רבעים שנה זינט מ'איז אין חצי כדור התחתון, וכמדובר כמה פעמים דער עילוי שבדבר, וואס דוקא אין חצי כדור התחתון אהינצו האט מען אריבערגעפירט די הפצת המעיינות חוצה, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דאך דער תפקידם העיקרי פון תלמידים פון תומכי תמימין בהוה, און תלמידים פון תומכי תמימין וואס ס'ווייזט דאך זיי עת אפשר, אז דאס איז בא זיי געווען אין זייער עבר, האט מען אבער א כלל, אז קדושה אינה זזה ממקומו, איז נאר אריין אלס א תלמיד אין תומכי תמימים איז מען אזוי דעם גאנצן כל משך חיים חייתי, בעלמא דין, ועל אחת כמה וכמה, אז דערנאך גייט מען אריבער אין עלמא דקשוט, איז דאך זיכער, אז מ'האט דעם זכות אויך ווייטער, און אויך ילכו מחיל אל חיל
- proofread
- 0