עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

24 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'הויבט זיך דאך אן דער יום החמשה עשר פון חודש אלול, וואס דאס איז דאך אויך, אין דעם זעלבן טאג ווי יעדער יאר, איז אויך דער זעלבער טאג איז ערב ראש השנה, כמדובר כמה פעמים, הימים האלו מזכרים ונעשים דערנאך קומט דאך אויך צו די הוספה אויף דעם ענין וואס איז פארבונדן מיט כלל ישראל, וואס זיי זיינען דאך דומים ללבנה און מונים ללבנה, במילא איז דאך פארשטאנדיק אז ראש חודש און דערנאך איז דאך חמשה עשרה באשלמותא איז דאך דאס זיכער, אז לכל לראש ווערט דער ענין ברוחניות הענינים, במילא אויך בא יעדער אידן און ביי אלע אידן, אף על פי וואס לכאורה איז דאך געווען א ריבוי ישיבות בזמן ההוא, און אזוי אויך נאכמער ישיבות בזמן דעתה, איז דאך אויך ווי ידוע די שיחה הידועה אין צוזאמענהאנג מיט אומכי תמימים פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, איבערגעגעבן דערנאך, און איבערגעדרוקט דורך נשיא דורנו, בני יחידו ממלאי מקומו,

2ווערן דעם ענין וואס דער תפקיד פון תלמידי התמימים, וואס דאס איז פארבונדן מיט כלל ישראל, און פארבונדן מיט דער גאנצער וועלט, און פארבונדן מיט חלפו עקבות משיחך און דערנאך ווי מ'איז ממשיך דער און מסיים אמן ואמון, וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז א מודגיש'דיקע פארבינדונג, מיט גאולת כל עם ישראל, וואס על דרך וואס די גאולה פון עם ישראל איז דאך דא א גאולה פאר יעדער אידן און פאר אלע אידן, וכמודגש כמה פעמים דער אויפטו פון גאולה העתידה לבוא, אז קיין איין און איינציקער איד בלייבט ניט אין גלות אפילו אנשים און אפילו נשים און אפילו טף, ביז קטני קטנים גייען אלע ארויס אין א שינוי עיקרי, פון מצב פון גלות, ביז א שינוי עיקרי אין א גאולה האמיתית, און אויך השלימה מיט אלע אפטייטשן אין דעם ווארט השלימה, כמוזכר כמה פעמים, און דערנאך ווערט דאס אויך פארבונדן, כמוזכר לעיל, אז אזוי ווי משיחך איז דאך אן ענין פון כלל ישראל בפשטות, און פארבונדן אויך אז ס'איז דא מנקדים לזה,

3מען האבן א צבא מיוחד, שלוחים מיוחדים, מיט כוחות מיוחדים, מיטן נתינת-כח במיוחד, וואס דאס איז געווען ווי די שיחה האמורה, וואס זיכער וועט מען דאס איצטער אויך איבערדרוקן נאכאמאל, כמדובר כמה פעמים, אז ווי מ'זעט אין טבע בני אדם, אפילו אז מ'דרוקט-איבער א זאך וואס האט שוין אמאל געווען געדרוקט, איז דאס אויך א מעין פון א חידוש גמור, ובפרט אז די שיחה איז ווי מ'זעט ווי ס'איז נתפשט געווארן בשעת ס'האט זיך איבערגעדרוקט נאכאמאל מיט יארן לפני זה, איז דערנאך איז געווארן א הפסק הכי גדול אין דער לימוד פון דער שיחה, אין דער קריאה פון דער שיחה, עאכו'כמה וכמה אין דעם לימוד פון דער שיחה, עאכו'כמה אז ס'זאל זיין אזא לימוד המביא לידי מעשה, אויף מסייע-זיין און זען אז ס'זאל דורכגעפירט ווערן אט דאס וואס דער רבי נשמתו אויבן האט דעמאלט געזאגט שוין אין דער שיחה, אז דאס ווערט אן ענין וואס איז פארבונדן מיט כלל ישראל עד סוף כל הדורות, אף על פי וואס דאס איז דאך פארבונדן דערמיט וואס ער איז געפארן אויפן אוהל, און פארבונדן מיט די נישואין פון בני יחידו וואס ער האט אים דערנאך איבערגעגעבן

4אז ער זאל זיין דער מנהל בפועל כל משך חייו-חיותו בעלמא דין פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, און דערנאך אויך אף על פי וואס ער איז געווארן דערנאך ממלא מקומו אלס נשיא ישראל, אנשים ואנשים וטף, איז ווי ער האט געזאגט כמה פעמים, אז זיין תפקיד אלס מנהל פועל איז פארלאזט ער ניט און חס ושלום אז מ'זאל דאס ביי אים צונעמען, וואו ס'דארף האבן אויך אזא וואס זאל זיך דערמיט אפגעבן, איז דאס האט ער דאך על-דרך אויך דערנאך איבערגעגעבן צו זיין עדים, וואס ער האט אים געמאכט אלס מנהל בפועל, וכידוע דער סיפור הענינים בזה, און דערנאך אויך אזוי אנגעהאלטן צענדליקער יארן, האט זיך אנגעהאלטן כמה וכמה שנים, אפילו ווען די ישיבה איז דערנאך איבערגעפלאנצט געווארן, אין ארצות הברית, די אלע צע יאר בחיים חייתו בעלמא דין איז דאך אויך געווען דער רבי דער שווער, און דערנאך אויך בשעת מעשה אויך אנגעפירט מיט דער ישיבה אלס מנהל פועל די עדים זיינער, חתנו כבנו, און אנגעפירט אן מיטן גאנצן שטורעם, און דערנאך איז דאס אויך אזוי נמשך געווארן קדושה אינת עזה ממקומה אז ער איז געווען אויך דער מנהל בפועל

5פון דער ישיבה, כל משך חיים חייתו בעלמא דין, און דערנאך אויך, אפילו אז מ'קומט אין עלמא דקשוט, איז דאך קדושה אינה זזה ממקומה איז דאך א זיכערע זאך, אז דער שפגער דאס איז דער עלטערער אדם, חתנו כבנו, כמדובר, איז א זיכערע זאך, אז ער טוט אויך אין די ענינים לכל התלוי בו, ובפרט נאך אז ער האט דאך די מעגלעכקייט וואס יעדער ענין אנפרעגן און זיך דורכרעדן, כמדובר כמה פעמים, מיטן רבי'ן מיטן שווער, מיטן מנהיל בפועל לפני זה, און וואס כאמור, אפילו לאחרי דערויף ווי ס'איז געווארן נאך א מנהיל פועל, האט ער אויך געבליבן בפנימי, און ס'איז אויך געבליבן דעם מנהיל פועל, און אזוי האט דאס אנגעהאלטן אויך בחיים חיותו בעלמא דין, ווי די אלע הנהגות הכלויות בזה, מיט די החלטות הפואות בזה, איז דאך געווען אפהענגיק פון דער החלטה פון דעם בנהל בפועל, דעם שווערס עדים חתנו כבנו כמדובר. און דערנאך ווערט דאס אויך דערנאך נמשך דורך די וואס ער האט זיי אנפארטרויט, אז זיי זאלן אנפירן מיט די ישיבה אין די עניני עירה פון די ישיבה, סיי אין ענינים רוחניים און באזונדערע מענטשן אויף ענינים

6גשמיים, און דערנאך הוראה פון זמן לזמן, ווי זיי קומען זיך ביידע צוזאמען אין ענינים המשותפים, די שני ענינים אלו, וואס אט די איז דאך זיכער טוען זיי מיט מסירת-נפש, אפילו לאחרי אין דערויף וואס ס'האט געגעבן דער שווער, און אויך אין עולם האמת, זיינען זיי ממשיך מיט אט די כחות וואס מ'האט זיי געגעבן דער שווער, און אויך דעם שווערס עדים, כאמור, חתנו כבנו, אויף ממשיך זיין ביז מיט מסירת נפש.

7אלת דארף מען אויך האבן א ועד משותף, על כל פנים ניט אלע זאלן איינצו אריינען, על כל פנים פון אחדים, וואס זיכער איז דאס אויך אויך דא אור שוין איצטער, אז מזמן לזמן קומען זיך צוזאמען די עומדים בראש פון די ביידע ועדים, וואס זיי צוזאמען מאכן דעם ועד כללי פון דער ישיבה, און אט אזוי אויך ביז וואנענט תקיצו ורננו שוכני עפר איז מען דעמאלט צוריק האבן דעם מניעל בפועל דעם רבי'ן דעם שווער, און על דרך זה אויך זיין עלטערן עדים, כמדובר כמה פעמים, און זיי וועלן אויך דערנאך אויך ממשיך זיין די וואס האבן זוכה געווען אויף ממשיך זיין לאחרי פון די ענינים וואס זיי האבן דאס איבערגענומען, וויבאלד אז זיי זיינען נשמות בגופים, איז דאך יעדער ענין פון א מצוה ותורה אמיתי מוז דאך זיין פארבונדן מיט א אידן וואס איז פארבונדן און געפינט זיך מיט א תוקף פון נשמה בגוף דוקא, אבער דערנאך האט ער אויך דעם זכות אויך אויף ממשיך זיין לאחרי זה, כמדובר כמה פעמים, על דרך ווי מ'איז דאס מבאר אין בכל הדורות כולם, איז דאך אלעמאל געווען אויך אז מדור לדור איז דאך דער פרנס פון דעם דור לפי הדור

8על דרך זה אין ישיבות וכיוצא בזה, איז דאך אויך מדור לדור אויף די ישיבה ממשיך געווען דארף דוקא חסידישע ישיבות, אנדערע ישיבות אויך, על אחת כמה וכמה א חסידישע ישיבה, וואס יעדער ענין פנימי דארף דאך זיין דארט נאכמער בפנימיות און נאכמער בגלוי, על דרך זה אויך בנוגע צו ישיבות פון תומכי תמימים. וואס דערפאר איז לכל לראש וועט מען זיכער פראווען, וויבאלד אז ס'איז דורכגעגאנגען אין צדיק בית שנה פון יסוד פון תומכי תמימים אין שנה פעם הראשונה, אין דובאוויטש, און דערנאך איז איצטער געווארן אויך די חמישים שנה זינט מ'האט דאס איבערגעפלאנצט אין תש אין ארצות הברית, ווערט דאך אויך א יובל שנים, וכמדובר ומבואר וגם פשוט דער אויפטו וואס א יובל טוט אויף, ביז וואנענט דער אויפטו פון א קהן עדעתו דרבו איז דאך גענוג ארבעים שנה, קומט דאס אבער ניט דערנאך אז ס'ווערט נאך אויך דעם עילוי פון שנת החמישים, כמבואר אין ספרים ופארשטאנדיק בפשטות.

9וואס דערפאר איז בהנוגע לפועל, און וואס ס'איז נוגע ימים אלו ממש, איז א זיכערע זאך, אז מ'וועט מאכן א חגיגות בכל מקום וואו ס'איז דא תומכי תמימים אפילו דארט וואו ס'איז דא מוסדות וואס זיי האבן א נאמען ענלעך דערצו, אבער זיי הייסן א חטא תמימים וכיוצא בזה, איז דער עיקר די ענינים, אז אנהויבנדיק פון חמשה עשר באלו, וואס ס'ווערט דעמאלט די פופציק רבעים שנה זינט מ'איז אין חצי כדור התחתון, וכמדובר כמה פעמים דער עילוי שבדבר, וואס דוקא אין חצי כדור התחתון אהינצו האט מען אריבערגעפירט די הפצת המעיינות חוצה, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דאך דער תפקידם העיקרי פון תלמידים פון תומכי תמימין בהוה, און תלמידים פון תומכי תמימין וואס ס'ווייזט דאך זיי עת אפשר, אז דאס איז בא זיי געווען אין זייער עבר, האט מען אבער א כלל, אז קדושה אינה זזה ממקומו, איז נאר אריין אלס א תלמיד אין תומכי תמימים איז מען אזוי דעם גאנצן כל משך חיים חייתי, בעלמא דין, ועל אחת כמה וכמה, אז דערנאך גייט מען אריבער אין עלמא דקשוט, איז דאך זיכער, אז מ'האט דעם זכות אויך ווייטער, און אויך ילכו מחיל אל חיל

10ס'איז דאך טבע העולם, אז יעדער ענין, בשעת מ'מאכט דארביי א חגיגה מיוחדה, קומט-צו אין דעם חג שבדבר. על דרך זה אויך בנוגע לענין זה, וואס דערפאר איז דאך אויך לכל לראש, כמדובר, אנהויבנדיק פון חמשה עשר, קיימא סיהרא באשלמותא, און א זיכערע זאך אויף ממשיך זיין מיט די טעג בינתיים, ווי ס'וועט זיין דער טאג פון חי אלו וואס דעמאלט איז דאך אויך געווען א תוספות אין דעם תומכי תמימין, אפילו בימים ההם, על אחת כמה וכמה לאחרי די ריבוי שיחות וועגן חיי אלול פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אנהויבנדיק פון דעם אפטייטש, אז חיי אלול טראגט אריין חיות אין כל הענינים פון אלול, וואס דאס איז דאך כולל די שלשה קוין און דער ענין התשובה, און דער ענין הגאולה, איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס דארף מען ממשיך זיין אין דער חגיגה נמשכת, אף על פי וואס מ'וועט מאכן א הפסק אויף אכילה און שתי'און תפילות, און כל יומא ויומא עביד עבידתי וואס ס'האט דער טאג שבינתיים אויך די ענינים אין פנימיות התורה, פארבונדן מיטן טאג שבינתיים, ווי דער שיעור אין תניא וכיוצא בזה.

11ראש אבער אין די עטלעכע ביז חי אלול זאל דאס ווערן דער דבר עיקרי. וכאמור בעיקר צום אלעם ערשטן אין דעם ארט, און ווי דאס איז אין ברוקלין, אין ניו-יארק, וואו ס'האט אנגעפירט דער מנהל פועל, גלייך פון די התחלה פון תומכי תמימי און דערנאך אויך דער מנהל פועל, חתנו יקבנו וכמוזכר לעיל, און דערנאך אויך אין די אלע ערטער וואס די מוסות דארטן הייסן תומכי תמימין זאלן אויך, סתם גלייך איבערגעבן, זאלן אויך טאן כל התלוי בהם, אז ס'זאל זיין ברוב עם וברוב פרסום, און במילא זיין אויך הדרת מלך, מאן מלכא רבנן, א דבר ברור, ביז חיי אלול ועד בכלל. און מה טוב, אז ס'זאל דערנאך אויך זיין א המשך בכל מקום ומקום לפי ענינו. וואס דאס איז אויך פארבונדן, כמדובר, מיט דער פרשת השבוע, וואס הויבט זיך גלייך אן מיט דעם ענין פון ביכורים, וכמדובר בארוכה אין די ימים שלפני זה, וואס ביכורים אין תורה עצמה איז דאך דאס דער שבט ראשית איז דאך דאס אויך דער ענין פון פנימיות התורה, כמובר

12וגם פשוט, ועל דרך זה בכל מקום ומקום לפי ענינו.

13שריבן, אז דאס איז געווארן דער טאג און דער יאר וואס דאס איז נזכרים ונעשים ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, און דערנאך ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, אז מ'איז אריבער איבערגעגאנגען אין חצי כדור התחתון ביז אין ברוקלין, ניו-יארק, כמדובר כמה פעמים, און אויך אין אן אופן פון הלוך והוסיף ואוד, וכל כאן לחכם ויחכם עוד וועלן זיכער, אט די אלע וואס זאל זיך אין דערויף אריינווארפן מיטן גאנצן שטורעם און מיטן גאנצן ברענג, על אחת כמה וכמה מיט די גאנצע פנימיות און מיט די גאנצע חיות, וועלן זיי דאך אויך מוסיף זיין און וכל המוסיף מוסיפין לו, וכמוסקר בפרט נאך בקשר מיט חמשה עשר באב, וואס דאס איז דאך אויך שלשים יום לפני חמשה עשר באלול, וואס דעמאלט איז דאך מוסיפין לו חיים על חייו, על אחת כמה וכמה בנוגע צו די ענינים פון פנימיות התורה, וואס זיי זיינען דאך חיים פון תורה בכלל, ביז מוסיפין לו אין פנימיות התורה אין צוזאמענהאנג מיט א זיכערע זאך אז מ'וועט לערנען אויך אין דעם מעת-לעת און אויך אין די

14שלאחרי זה, ענינים אין פנימיות התורה בכלל, און ענינים פון חסידות, פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, פון זיינע מאמרים, על אחת כמה וכמה אויך די שיחה האמורה פון כל היוצא למלחמת בית דוד, וכמדובר כמה פעמים, וואס מ'האט דאך דאס געהייסן איבערדרוקן דוקא אין חצי כדור התחתון, און דערנאך מאיזה סיבה שתהי איז דאך ווי אלע ענינים, ווי ס'דארף מען רעדן אין אן ענין וואס ס'איז געווען שלא כדרוש, און לכל אופן מכאן ולהבא וועט דאס זיין דערפאר כפליים לתושי.' און יהי רצון, כמדובר, אז פון די אלע ענינים זאל מען מאכן יעדערער בא זיך אז דאס ווערט ביי אים ביכורים דער ראשית פון זיין ראשית בהנוגע לפעולותיו עתה אין אט די טעג, און דערנאך אויך די מיטן אופן אז ס'איז ניכר, וויבאלד אז מ'האט שלשים יום לפני החג, שלשים יום פון חמשה עשר באב, האט מען דאך אויך אט די הכנה, אז אין דערויף זאל זיין, לאחרי שלשים יום אלו, זאל מען אויך אויספירן אז לא היו ימים טובים לישראל, ווי חמשה עשר באלול אין שנת תשמ'ט אין ברוקלין, יו יארק, ועל דרך זה בכל מקום

15מקום ווי ס'וועט דערגרייכן אט די בקשה און די בקשה נפשית וכו'וכו.' על דרך זה, כאמור, איז אויך, אז די הנהלות פון די ישיבות תומכי תמימין בכל מקום וואו ס'איז דא די הנהלות, און מ'איז זיכער שוין אנגעהויבן בלאווא הכי טאן, עאכו כמה וכמה אז זיי וועלן דאס איצטער נאך מוסיף זיין בזה, כפליים לתושי,' און ווערט דער מנייל פועל, ווייס מען דאך אויך, וויבאלד אז מ'האט שוין די אלע מנהלים האבן דאך שוין מערער ווי שלשה שנים, די הוה חזקה, על אחת כמה וכמה אז דאס איז כמה שלשה פעמים שלשה און נאך מערער, און זיכער איז יעדערער וואס האט געלערנט אין תומכי תמימין, אדער וואס זיי קינדער לערנען אין תומכי תמימין, עאכו כמה וכמה אז ער ווייס אז ער איז נאך א תלמיד אין תומכי תמימין, ווארום קדושה אינה זזה ממקומו איז א זיכערע זאך אז זיי וועלן העלפן, און העלפן מיט אן אמת, ובכל הדרוש מהם, און ניט ווארטן ביז וואנענט מ'וועט זיי איינלאדן און בעטן זיך בא זיי וכו נאר זיי וועלן קומען צוגיין צו די מנעלים פון תומכי תמימין, סיי אין חוץ-לארץ ובפרט אין ברוקלין,

16און סיי צו די מנהלים אין ארץ הקודש, די מנהלים בפועל, כאמור כמה שנים. ועל דרך זה בכל המדינות וואס ס'איז דא די ישיבות, און מ'האט זיי געגעבן אויך דעם נאמען פון תומכי תמימים צו בורא הנהלות. ומה טוב, אז אויך אין די ענינים וועגן וועלכע זיי וועלן טראכטן, וועלן זיי אויך באטראכטן וואו מ'קען נאך מייסד זיין, נוסף אויף דערויף וואס מ'האט שופה ייסד זיין אויך א שבעה וואס זי איז זיין ראוי מצד דער מהות פון די הנהלה, און דעם אויך און מהות פון די תלמידים-זאל דאס אויך ווערן אזוי ראוי צו דעם נאמען תומכי תמימים און דערנאך וועלן זיי אנפרעגן אין דער הנהלה מרכזיות פון תומכי תמימים וואס זי געפינט זיך דאך אין ברוקלין, צי זיי זיינען שוין ראוי אויף מוסיף זיין און מייסד זיין, אדער מייסד זיין מחדש, אדער מוסיף זיין א מוסד מיט אט דעם נאמען, און בעטן אז מ'זאל דאס זיי מודיע זיין דוקא בכתב, כדי דאס זאל זיין א דבר ברור, און אין כל ספיקות בדבר וועמען מ'האט ממנהג געווען אלס מתחילים וכו.' וואס במה דברים אמורים

17חדשים אדער סניפים חדשים, משא נכן אט דארט וואס ס'איז שוין דא אט די ישיבה האט זי דאך שוין א הנהלה פון כמה וכמה שנים, און וואס זיכער וועט יעדערער איד, עאכו כמה וכמה די וואס האבן זוכה געווען און געלערנט אין תומכי תמימים, מסיים זיך אנשלאגן און בעטן זיך, אז מ'זאל זיי אויך אויסנוצן און מצרף זיין אין די כל הענינים פון די חגיגות האמורות, און זיך מצרף זיין אין די החלטות אויב זיי קענען עפעס צוהעלפן, אז אויב מ'וועט דארפן אנקומען צו זייער עצה וכיוצא בזה זאל דאס אויך זיין אלץ מן המוכן, ומתוך סבר פנים יפות ובאמיתיות וכו'וכו.' וואס דערפאר איז אויך, כאמור, לכל לראש בנוגע צו די חגיגות דא, און דערנאך בכל מקום וואס ס'איז דא דער נאמען שוין איצטער, תומכי תמימים און בכל מקום וואס ס'איז שוין דא אט דער נאמען איז דאך אויך דא די הנהלה מכמה שנים, במילא דארף מען דאס זיי איבערגעבן, אז זיי זאלן זיין אויך די מנהלים פון די אויף פני החגיגות און ווידער חגיגות, און אויב זיי וועלן געפינען פארנויטיק וועלן זיי פרעגן יוצאות וכיוצא בזה. ועוד והוא העיקר, אז די אלע ענינים זאלן זיין מתוך

18הוספה אין לימוד התורה בכלל, און לימוד אין פנימיות התורה, וואס זי איז דאך נתגלה געווארן דוקא מצוה לגלוי זו החכמה, און דערנאך אין אן אופן פון הפצה נאך דעם ענין פון יו ט כסלו, כידוע די שיחה הידועה בזה, און אין אן אופן, אז די אלע זאכן זאל מען מערער צוהיילן פון עקבות משיחך, זאל גלייך פון עקבתא דמשיחא זאל מען גלייך האבן מראה באצבעו ואומר זה, אז די עקבתא דמשיחא זיינען שוין אנגעקומען, ועל אחת כמה וכמה אין די אלע ערטער וואס ס'איז שוין דא, תומכי תמימין איז שוין אנגעקומען צוזאמען מיט די עקביים דער גאנצער ענין פון דוד מלכא משיחא, ומתוך שמחה וטוב לבב וועט מען מהריב מבטל זיין כל הגבלות ומדידות, על אחת כמה וכמה די הגבלות וואס ס'קען זיין מצד סיבות שונות ומשונות זאל מלכתחילה ניט זיין קיין מקום לזה, ואדרבא אט דאס וואס ביי אימעצן האט געקענט זיין

19א קא סלקא-דעתך, אז אפשר האט געקענט זיין עפעס-וואס אריינמישונג פון א דבר צדדי, אז זיי זאלן לכתחילה דאס מוסיף-זיין, אז דאס זאל נאכמערער מוסיף-זיין אין די פעולות תחת ההנהלה פון די הנהלות וואס זיינען שוין דא, און איך חזר דאס איבער נאכאמאל, און מער ווי דריי מאל, כדי ס'זאל מוסיף-זיין דער ענין פון חזקה, ועוד והוא וריקו, אז בא יעדערן פון אונז און בא יעדערן פון אייך און בא יעדערן פון עם ישראל, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט עקבות משיחך און די עקבות משיחך ווערן די עקביים על ידי ההליכה על דרך ווי ס'איז געווען ביי עקב אשר שמע אברהם בקולי און בכל הענינים פארבונדן מיט עקב. און ס'ווערט גלייך דער ענין פון ראשית דראשית, וואס דאס איז פונקט דער היפך לכאורה פון עקב ווערט דאס די ראשית דראשית, וואס דאס איז דער ענין פון ביכורים, ווי תיכף ומיד ממש האט מען דעם קיום המצוה, נשמות בגופים, איז בארצנו הקדושה בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו אנשים והנשים וטף, מיט אמירת הודאה און השקיע פון ממין קדשכם מן השמים,

20און ארץ זה וואס חלוב ודבש מיט אלע ענינים האמורים בכתוב בפשטות, וואס דאס מיינט בפשטות מורי באצבעו ואומר זה, אז מ'האט שוין באקומען א רגע לאחרי דיבור זה, פארקומט מען גלייך די ארץ עשר עמין, על אחת כמה וכמה דער עיר הבירה פון די אלע ארץ פון עשר עמין, וואס דאס איז דאך ירושלים עיר הקודש, צוזאמען מיט שלימות היראה, וואס שלימות היראה איז דאך פארבונדן מיט לימוד פנימיות התורה, כמובן וגם פשוט, און דארטן עצמה אין ירושלים עיר הקודש, אין הר הקודש, און אין בית המקדש, מקדש אדנ'כוננו ידיך, והקיצו ורננו שוחטני עפר תיכף ומיד אין דעם רגע שלאחרי זה, און אלע צוזאמען איז קהל גדול ווערט דער קהל גרדל דער גדלות המצוות, גדל הוי'מהורל מוד מעיר אלקינו אז וואו זעט מען די גדלות הוי'איז דאס דוקא פארבונדן מיט איר אלקינו, וואס דאס איז דאך אויך יש לומר, אז דאס איז איינע פון די טעמים פארוואס מ'האט דאס אין גלות גופא אראפגעבראכט דוקא אין חצי כדור התחתון, וואס דארט איז נאך עקבות משיחיך נאכמער העלם והסתר ווי אין חצי

21בקדור העליון, וכמוזכר ומודגש, אז דארט איז ניט געווען קיין מתן-תורה, וכמדובר כמה פעמים על דרך זה. ועוד והוא העיקר, בפרט נאך אז מ'איז מקדים לזה אויך מאכן יעדערן אלס א שליח אין די מצות הצדקה, וואס דאס איז דאך די גרעטסטע צדקה וואס האט הקב'ה עם כל אחד ואחת מישראל, איז אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו וואס יתירתו איז דאך כולל פנימיות התורה און נגלה דתורה, ביז וואנענט אז דאס ווערט איין און איינציקע זאך, כמדובר כמה פעמים, און דאס ווערט אין אן אופן נותן התורה לשון הוה, ווי חסידות איז דאס מבאר בכמה מקומות, אז יעדערער טוט כל התלוי בו, אז ביי אים זאל דאס ווערן אן ענין שבהוה ממש, כולל אויך דעם ענין הביכורים און ראשית,

22דורשות אין די אלע ענינים, און גלייך נאך דערויף איז מען דאס נאכמער מזרז, אז ס'זאל זיין די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות, וכמדובר דוקא דער כיבוש אין חלוקה פון עשר אומות, אויך כולל קני קניזי וקדמוני, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מוכין, וואס דאס איז דאך דער ענין פון קני קניזי וקדמוני, בהוספה אויף די שבע אומות וואס זיי זיינען נאך פארבונדן פון שבע מדות, און דארט איז מערניט ווי די מוחין כפי הצרך של המדות, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז פון דעם דיבור אין די אלע ענינים גייט מען גלייך צום פארברענגען לאחרי ווי מ'נעמט אויף זיך די שליחות פון צדקה, וכמוזכר לעיל, און מ'איז מוסיף אויך מיט דילי צוזאמען מיט א חלטה טובות. ובתקיפת האמורה, יעדערער פאר זיך בלבו פנימה, אבער איז נאך אין אן אופן, כמוזכר, אז נאך אין דעם טאג פון חמשה עשר באב, חמשה עשר באלול, וואס דאס קומט דער שלשים יום, לאחרי ההכנה פון די שלשים יום פון חמשה עשר באב ביז חמשה עשר באלול, מאכט מען גלייך בלבו פנימה החלטות תקיפות, אז נאך אין דעם טאג פון חמשה עשר באלול

23איז ער אויך נאכמערער מוסיף אין לימוד פנימיות התורה, צוזאמען מיט לימוד אין נגלה דתורה, און צוזאמען מיט כל הקו אין נתינת הצדקה, און תורה, און עבודת התפילה וכו עאכו כמה וכמה אין קו התורה. ועוד והוא העיקר, אז ס'ווערט דער חוט המשולש ווערט דאס אין אן אופן אז דאס איז בחוזק ובתוקף ובפנימיות, ביז פנימיות דפנימיות, וואס דאס היילט נאכמערער צו די גאולה האמיתת והשלימה תיכף ומיד ממש, מיטן המשך שלאחרי זה, אז מורא באצבעי ואומר זה, אז אט האט מען דער כיבוש פון ארץ ישראל, ווי זי האט שוין אויך קיני קניזי וקדמוני, די עשר אומין, און דארטן גופא די ענין ווי מ'שטייט אין ירושלים עיר הקודש, און דארט בהר הקודש, ובית המקדש, און אין קודש הקדשים, וואס דארט זיינען דאך אויך די לוחות, סיי די לוחות ראשונות און סיי די לוחות אחרונות, וואס דער ענין החקיקה בעיקר איז דאך פארבונדן דוקא מיט עבודת התפילה, כמדובר בכן פשוט, ובפרט נאך אז עבודת התפילה

24התפילה איז דאך פארבונדן אויך מיט עקבות משיחך צוזאמען מיט דער תפילה שבדבר, וואס דערפאר ענטפערט מען דאך דעם אמן ואמון, וואס דאס איז דאך א נוסח וואס איז פארבונדן ניט אזוי מיט לימוד התורה, נאר ס'איז גאר פארבונדן דוקא מיט עבודת התפילה, ובפרט נאך די כפליים שבדבר. און יהי רצון, והוא העיקר, אז יעדערער זאל מוסיף זיין בכל ענינים אלו, כפום שיעורא דילו, און נאך מערער ווי דער שיעור, און ס'זאל זיין דער כב ושופר גדול חירותינו נאך היינט ביינאכט, און תיכף ומיד דער חירותינו די חירות אמיתית און כב ושופר גדול, בשמחה ובטוב לבב, ותיכף ומיד ממון.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions