Paragraph
Paragraph rh-ttb9r6k9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-k3vzk2g7
- order
- 9X
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דעמאלט קומט אויס, אז ביום השלישי איז אט דעמאלט האט מען שוין די סליחה אין א דרייענדיקן אופן, וואס דאס איז כולל די אלע פרטים אין סליחה, סיי סלח לנו און סיי מחל לנו און סיי כפר לנו, וואס דאס איז דאך דריי לשונות און דריי אופנים אין סליחה, וואס דורך דערויף ווערט אויפגעטאן דער ענין ה סליחה אין דער פולסטער מאס, אין אלע-ערליי אופנים ווי מ'דארף האבן די סליחה, און אויך אין א דרייפאכעדיקן אופן, וואס דאס מאכט פון יעדער אופן אין סליחה, אז דאס זאל האבן אין זיך די שטארקייט פון חזקה, און בשעת מ'באקומט דעם אויבערשטן'ס סליחה אפילו דעם ערשטן מאל און אן איין און איינציקן מאל, האט דאס גלייך דעם תוקף, אז דאס האט א חזקה, וואס חזקה ווערט דאס נמשך אויף שטענדיק, און מיט אן אופן פון חזקה וואס איז אויך דער אפטייטש פון שטארקייט, אז ס'ווערט נמשך אין א שטארקן אופן,
- proofread
- 0