עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-trs85j74

kind
paragraph
order
Qx
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז דאך מתאים צו דעם פירוש הרמב״ם אלס הלכות בספרו הלכות הלכות, אז לא שבט לוי בעלבד נאר כל אחד ואחד אשר נדבה לבו, און ער זאגט הוי'הן חלקי אתה חסי ותומך גורלי וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מסירת-נפש, וואס דאס האט מען דאך געזען בא דעם בעל ההילולא, בא דעם טאטן, האט מען דאך דאס געזען די מסירת-נפש בפועל, אז ער איז געגאנגען אנטקעגן דער מלוכה, און וואס נאכמערער, ס'שטייט דאך אין ספרים, אז גלות איז נאך בכמה ענינים ניט נאר ווי די עיני שמיתא, נאך שטארקער פון עיני שמיתא, און וויסנדיק אז ס'איז אן ענין פון גלות, האט ער אפילו זייענדיק אין גלות דארט אויך עוסק-געווען כמה ענינים אין הפצת היהדות, אפילו די בני-נח, וואס האבן זיך צו אים געווענדעט מצד חכמתו און ידיעתו אויך אין הוי'ת העולם, האבן זיי ביי אים אויך געפרעגט עצות בהנוגע לעניניהם, האט ער מיט זיי אויך גערעדט און האט אויף זיי אויך גע'פועל'ט, אז זיי זאלן מקיים-זיין די שבע מצוות דידו אויף וויפל זיי האבן זיך נאר געלאזן און האט דאס דורכגעפירט בפועל.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions