Paragraph
Paragraph rh-trb4hfky
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4x0dtfw7
- order
- IM
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויבערשטן, ווי דער אלטער רבי ברענגט אויך אראפ אין תניא אין אנהויבס, אז יעדער איד'ס נשמה איז דאס א חלק אלוקה ממעל ממש, און דאס קומט אזוי אויך און ס'ווערט איבערגעגעבן בירושה יעקב חבל נחלתו צו די אלע וואס שטאנען פון יעקב'ן, וואס דאס איז דאך כולל אין זיך יעדער אידן און אלע אידן, האנשים והנשים והטף והגור אשר בקרבך די וואס האבן דאך געווארן אין באקומען זיי דאך א ספעציעלע נשמה, נייע מלמעלה, וואס ווערט אויך א אידישע נשמה, האט זי אויך די אלע ברכות וואס ס'שטייט אין תורה בכלל, און אין פשטות האזינה פון היינטיקן וואך במיוחד, וואס דאס איז אויך כולל, ווי געזאגט פריער, סיי ענינים גשמיים און סיי ענינים רוחניים, דוקא אין אן אופן, אז ס'איז ניכר אין זיי, אז זיי קומען אפילו ניט דורך מלך מיכאל, וואס ער איז שרון של ישראל, נאר נאך העכער דערפון, על אחת כמה וכמה קומען נאך העכער פון דעם בית-דין שלמעלה, וואס ער ברענגט אויך ארויס א גזר-דין און א פסק-דין, אז אידן זיינען זוכים בדין און פארדינען און באקומען א כתיבה והחסימה טובה לשנה טובה
- proofread
- 0