Paragraph
Paragraph rh-tpxhqmb9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-en1mv8ph
- order
- r
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס זי איז אויך מרמז אויף א נס, אז די הנהגה פון יעדער אידן איז געווארן אין אן אופן הנהגה ניסית, אז ער שטעלט זיך אוועק העכער, אפילו פון זיין נס הנהגה, ווי ס'איז געווען אין ימים שלפני ראש השנה, ווערט דאס א נס למעלה מנס, כמדובר כמה פעמים. ובפרט אז אין דערויף גופא האט מען שוין דעם רב פון עשרת ימי תשובה, וואס סיום וחותם שלהם איז דאך אחת בשנה, דער יום הכיפורים, וואס דאס איז דאך א יום אחד, עצמות ומהות עליהם, כמדובר כמה פעמים. ובפרט נאך אז מ'איז דאס מקשר מיט ענין הצדקה, איז דאך דאס אויך דער חיבור פון די שני הפכים. בפשטות איז דאך דאס דער ענין הצדקה, אז מ'נעמט דעם נותן און מ'נעמט דעם מקבל, וואס דער ווערט אנגערופן על פי תורת אמת ווערט דאס אנגערופן אז דער איז א נותן און דער צווייטער איז א מקבל, ביחד עם זה ווערן זיי איין מציאות ממש, וכמדובר כמה פעמים
- proofread
- 0