עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

13 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'הויבט זיך דאך אן דער יום הששי פון עשרת ימי תשובה, וואס דאס איז דאך שוין דער רוב פון עשרת ימי תשובה, ששה איז דאך א רוב פון עשרה, ווי פארשטאנדיק אויך פון דיני תפילה בנוגע צו אן ענין וואס דארף זיין עשרה, און דערנאך איז דא אויב ס'איז דא דער רוב שלא יתפללו, וואס דאס איז דעמאלט גענוג אז ס'איז דא ששה, און ביחד עם זה איז דאך אויך דער מספר ששה פארבונדן און דערמאנט אויף ששי למעשה בראשית, וואס דאס איז דאך פארבונדן אויך מיט ראש השנה, וואס עשרת ימי תשובה כלשון הברייתא איז דאך, אז זיי זיינען עשרת ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים, אז ראש השנה און יום הכיפורים, ווארום ס'איז דאך א ריבוי ענינים מצד עצמם, דערנאך איז דא אן ענין כללי וואס איז כולל כל עשרת ימי תשובה, און נאר אין דערויף איז מערניט ווי דער חילוק, וואס דאס איז ראש השנה און דאס איז עד יום הכיפורים, וכמדובר כמה פעמים.

2און בכל אופן האט דאך דערמאנט דאך דאס יעדער טאג פון עשרת ימי תשובה, עאכו כמה אז מ'האט שוין רובם ככולם, עאכו כמה וכמה אז דאס איז דאך אין פרשה האזינו, וכמדובר כמה פעמים, אז האזינו איז מדגיש, אז יעדער איד און אלע אידן איז בא זיי דער ענין פון שמים כל העניני שמים איז אין אן אופן וואס ס'איז בקירוב ממש, וואס דערפאר פאסט דאך דער לשון האזינו און אף על פי אזוי מוז מען דאך האבן כל עניני הארץ, ואדרבא אין ארץ על הזו התחתונה, דארטן דוקא ווערט דורכגעפירט די שונא וכפצא של הקב,"ה, וואס נתאוה הקב,"ה בלשון תאוה, וכמודוע דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, אז בנוגע צו א תאוה איז ניט שייך פרעגן קיין שאלות,

3איז נתאוה אז ס'זאל זיין דוקא בתחתונים, אבער בשעת ער טוט אין די תחתונים דארף דאס זיין אין אזא אופן אז ער שטייט בריחוק מהם, נאר כדי אויסצופירן דעם אויבערשטנ'ס רצון, איז על דרך וואס כללות עדין הנשמה נעמט זיך דאך מאיגרא רמה און דערנאך כדי אויסצופירן דעם אויבערשטנ'ס רצון ווערט דאס א ירידה, ביז צו א בירא עמיקתא, און דוקא דארטן פירט זיך אויס דער רצון, און נאכמערער דער חפץ און נאכמערער די תאוה של הקב",ה. וואס על דרך זה, ווי דאס איז אין כללות ענין הנשמה, על דרך זה איז דאך דאס אין דעם ענין התורה ומצוות בכלל, וואס זיי זיינען דאך די נשמה פון דער גאנצער וועלט, און אין זיי גופא איז המעשה הוא העיקר, על דרך ווי מעשה בראשית איז דאך דער לשון עליין מדגיש דער ענין פון מעשה בראשית, ענין העשי אז דאס איז אן ענין עיקרי, אז א איד זאל דורכפירן זיינע ענינים און דער עיקר ענין, דער מילוי רצון הקב", אין אן אופן פון המעשה הוא העיקר, כמדובר כמה פעמים.

4רמז אין זה, אז דוקא על ידי עשי ווערט דעמאלט די המשכה פון שעין ה נהורין, וואס דאס איז דאך דער עיקר שורש אין מעשה די אותיות פון שעין ה. און אין זיי קומט-צו דער מים מיט די אלע רמזים שבדבר, אויך דער רמז ווי א מים איז פארבונדן מיט ענין הגאולה, ביז די גאולה ממש, ביז אז די גאולה ווערט פארבונדן מיט א מין פתוחה, ווי ס'שטייט אין דעם ווארט מעשה, דוקא א מין פתוחה, ביז אז זי שטעלט איר אויך אריין אין אן אמצע טובה, וכמדובר כמה פעמים די הליכות הדברים שבזה, וואס דער עיקר איז וואס איצטער איז דאך נוגע, איז דאך נוגע דער, כאמור, המעשה הוא העיקר, און וואס איז די מעשה פון עשרת ימי תשובה, אז ס'זאל זיין דער שובה ישראל עד הוי'אלקיך, ביז אין אן אופן אז הוי'ווערט אלקיך, ווי ער איז מפרש די פירושים בזה אין לקוטי תורה, און ביז אויך ווי דער צווייטער פירוש בזה, ביז אז ס'ווערט ניט לא הוי'אלקיך, נאר ביז הוי'וועט ווערן אלקיך, און דער צווייטער פירוש בזה, ביז דער פירוש פון אנרשלמי פרים שפתנו,

5ווי דער המשך אין לקוטי תורה, און ווי דער סיום דארטן, אז דורך שפתנו טוט מען אויף נאך מערער ווי ס'איז געווען בשעת ס'איז געווען הקרבת הפרים בבית המקדש, וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק בפשטות, ווי אזוי קען זיין אז די תפילה פון פרים ומשלמי פרים טוט אויף, אז דאס זאל אראפגעבראכט ווערן בפועל, דארף דאך דאס זיין א העכערע זאך דערפון, דערפאר וואס די שלימות אין שפתינו איז דורך דערויף וואס דאס שטייט נאך העכער ווי די עשיית הקרבנות בפועל, וכמדובר כמה פעמים בזה, וואס דאס איז נאכמערער מבאר א פירוש נוסף וואס מ'זאגט, אז ביי א אידן איז עניני שמים בקירוב, ווי איז דער לשון העתינו, וואס הקרבת הקרבנות בבית המקדש איז דאך פארבונדן דוקא מיט ארץ, דאס איז מקדש אדנ'כוננו ידיך אף על פי וואס ס'איז דאך דא בשלימות ובקיום תמידי דער מקדש שלמעלה, איז וואס מיינט מען דערביי דוקא דעם מקדש שלמטה אין ענין העשי,' און דוקא דורך דערויף ווערט נאך א העכערער ענין, ביז וואנענט אז דאס פועל'ט אויף אלע ענינים, ועוד והוא העיקר דאס פועל'ט אויף, אז ס'זאל ווערן פון

6נשלמה פרים שפתינו, זאל זיין בקרוב ממש די גאולה העתידה לבוא, ו בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו געפינט מען זיך בארצנו הקדושה, און דארטן בירושלים עיר הקודש ובהר הקודש, ביז אין בית המקדש, און דארט איז מען מקיים דעם מנשלמה פרים שפתינו בפשטות, נוסף צו דער תפילות וואס ער איז געווען ישראל במעמדם ולויים בדוכנם איז דאס דער עיקר געווען דער כהנים בעבודתם און דאס ווערט פון די אלע דריי זאכן איין זאך, וואס דערפאר ווערט דאס אויך ארויסגעבראכט בגלוי, מדה כנגד מדה, דורך דערויף וואס ביי אידן ווערט ווי ס'שטייט ביי אידן די עשי'שלו, וואס אין דערויף איז דאך יעדער איד אין אן אופן פון א צדיק גמור, ווי דער פסק-דין פון רמב."ם הידוע, אז באיזה מצב, אז איד זאל זיך ניט געפינען, איז פנימיות רצוני, במילא איז ער דארט אינגאנצן, במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא איז דער פנימיות שלו איז אלעמאל שלום עם הוי כמרומז אויך אין תניא, אז אפילו בשעת אין א מצב בלתי-רצו איז באמנה היתה אתו, מיט

7אלע פירושים וואס ס'איז דא אין דעם ווארט באמנה, כמדובר באמנה, און ס'ווערט איצטו צוזאמען מיטן אויבערשטן איין מציאות, ביז די מציאות אז ישראל וקודשא בריך הוא כולא חד, ובפרט אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט ענינים שבתורה, וואס עיקר ענין התשובה, וואס דאס איז דאך עשרת ימי תשובה איז דאך עיקר ענינים תשובה עילאה, וואס דערפאר זאגט מען דאך אז דאס איז א תשובה פון די הוי'בהימצא,", וואס דאס איז דאך עיקר התשובה עילאה איז דאך דאס דוקא דורך לימוד התורה. וואס דא קומט אויך צו דער ענין וואס ישראל ואורייתא און דורך אורייתא און מיט אורייתא און מיט קובה ווערט דאס כולא חד. און דערצו קומט אויך צו דער ענין הצדקה, אז א איד טוט די אלע ענינים אין אן אופן של צדקה צו זיין מציאות, נוסף וואס ער האט שוין אפגעטאן כפורע חובו, אפגעטאן כל המוטל עליו בתור חוב, און וואס אין דערויף איז דאך אויך געווען דער שנת תשמיד תי דך, און אין אן אופן וואס קומט לאחר שנת תסמח, פון תסמח, און מ'איז שוין אריין אין דער שנה וואס ס'איז נתפרסם געווארן דער ראשי-תיבות, און הולך ומתפשט ונתפרסם עוד יותר,

8אז נוסף אויף דעם ראשון-תיבות פון תהי שנת נס לשון יחיד איז דאך נתפרסם געווארן דוקא ניסים לשון רבים, אז אף על פי וואס דער עיקר איז דאך דער נס העיקרי, דער נס פון גאולה העתידה לבוא תיכף ומיד ממש, דער נס הגאולה האמיתית והשלימה, איז דאס גופא פארבונדן אויך מיט ניסים, ביז ניסי ניסים נעשו לו, ווי אויך דערציילט, אז אף על פי אז ס'איז דאך געווען כימי צאתך מארץ מצרים מעין זה וועט זיין די גאולה העתידה לבוא, וואס אין מצרים איז דאך געווען ניסים לשון רבים, ביז מספר עשר, און דערנאך איז דאך ווי די דרשות וואס מ'זאגט אויך אין דער הגדה פון דער מכילתא, אז דער עשר איז כולל אין זיך, ביז א ריבוי ענינים פון ניסים ובנפלאות לישראל, זיי זיינען דאך כנגד פון די ענינים וואס ס'איז געווען אין צד ההפכי, ביז וואנענט ווי מ'האט אויך געמאכט פון די הפכים, האט מען געמאכט זכיות, ניט נאר כס זכיות, נאר זכיות ממש, וואס דאס איז דאך דער עיקר עבודה פון גלות זה, און דער עיקר גאולה פון גלות זה, אז ס'ווערט ניט נאר מחילה וסליחה וכפרה, נאר ווי גערעדט פריער תשובה

9עילאה, במילא בלייבט אינגאנצן ניט קיין רושם פון דער גאנצער מציאות, און ס'ווערט א מציאות הכי אמיתית והכי תקיפה, ביז פון ממצי כל הנמצאים, פון אמיתית המצאה, אז ס'ווערט א מציאות פון זכיות הכי גדולת והכי בשלימות, וכמדובר כמה פעמים וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט עשיית התשובה באופן זה, און אין תשובה גופא די רובי ככולו פון די עשרה, וואס דאס איז כולל אין זיך די אלע עשרת ימי תשובה, ביז פון ראש השנה ועד יום הכיפורים, וואס דאס איז דאך כולל כל סדר ההשתלשלות, וואס כל סדר ההשתלשלות האט זיך דאך אנגעהויבן פון יום ראשון שנברא בו מעשה בראשית, וואס דעמאלט איז געווען דער ראש פון כל העולם כולו, נברא בראשית בשפיל ישראל שנקראים בראשית און בהתורה שנקראת ראשית, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט הר ששי פון מתן תורה, און מיט יום הששי שבו נברא האדם, אף על פי כן זיינען דאך שוין זיי געווען ברגע הראשונה פון אתהוות הזמן, וואס דאס איז געווען ביום ראשון למעשה בראשית, און דאס ווערט דערנאך נתגלה בא יעדער אידן

10ביי אלע אידן, ובפרט נאך מעשינו ועבודתינו שטייט ער בכל רגע, ווי דער רגע שטייט ביי אים בגלוי דער רגש, ביז וואנענט אז דאס נעמט אים דורך אויף אינגאנצן, אז דאס איז אט די רגע וואס ווי תורת הבעל שם טוב והודעת הבעל שם טוב איז שטייט דאס ביי אים ברגש בגלוי, אז איצטער איז ער נתעוועט געווארן מים ויוש, מאין אפס האמיתי, איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'שטייט בגלוי אט דער רגש, דער מעמד ומצב אין וועלכן ער שטייט אן כהין עבודה נוספת, מערניט ווי דערמאנט ווערן, ווערן אט דעם ענין, אז ברגע זה ממש איז ער ערשט נתהוה געווארן פונקט מאפס ואין ואפס ממש, ווי ס'איז געווען אמאל איז דאס איצטער געווארן כח חדש און נאך מערער חדש ממש, איז דאך פארשטאנדיק אז ער שטייט אין אמיתית המציאות, וביחד עם זה אין אמיתית הביטול, און ווי ביידע זאכן קומען זיך צוזאמען, ווי גערעדט בארוכה בימים שלפני זה, ווי אזוי די ביידע נקודות, וואס אף על פי וואס זיי זיינען הפכיות, זיינען דא בראש השנה, סיי די נקודה אז דאס איז א תקיפות אמיתית הכי אמיתית, ווארום דאס איז באשאפן געווארן

11מעצמות ומהות, וואס דוקא ער בל-כחו ובלכלתו להוות יש מאין, און דאס גופא, און דאס קומט אויך צוזאמען און דאס איז פארבונדן איינע מיט די צווייטע, אז דאס איז בתכלית הביטול, וכמדובר כמה פעמים. און ויהי רצון, אז וויבאלד אז מ'האט שוין אויך דעם ענין פון תשובה עילאה, מ'פארבינדט דאס אויך מיט תורה, ווי די אלע ענינים זיינען דאך ערקלערט געווארן און מ'איז בייר געווארן בייר היטבס, ביז וואנענט דאס איז פארשטאנדיק אין חבד אין חכמה בינה ודעת, וואס דאס איז דאך דער ענין פון פנימיות התורה, דעת אלקי אביך און דאס ברענגט צו עבדהו בלבב שלום, אז מ'האלט שוין נ אלול, און נאך ימי אין חודש אלול, נאך חיי אלול ויומי הסליחות, איז שוין בערב ראש-השנה איז לשם לבנים און דערנאך גייט מען מיט די הכרה וידיעה ברורה, אז זכו בדין איז שוין געווען די ידיעה ברורה בערב ראש-השנה, על אחת כמה וכמה אז דערנאך איז מען אריין אין א שנה

12וואס זי איז אויך מרמז אויף א נס, אז די הנהגה פון יעדער אידן איז געווארן אין אן אופן הנהגה ניסית, אז ער שטעלט זיך אוועק העכער, אפילו פון זיין נס הנהגה, ווי ס'איז געווען אין ימים שלפני ראש השנה, ווערט דאס א נס למעלה מנס, כמדובר כמה פעמים. ובפרט אז אין דערויף גופא האט מען שוין דעם רב פון עשרת ימי תשובה, וואס סיום וחותם שלהם איז דאך אחת בשנה, דער יום הכיפורים, וואס דאס איז דאך א יום אחד, עצמות ומהות עליהם, כמדובר כמה פעמים. ובפרט נאך אז מ'איז דאס מקשר מיט ענין הצדקה, איז דאך דאס אויך דער חיבור פון די שני הפכים. בפשטות איז דאך דאס דער ענין הצדקה, אז מ'נעמט דעם נותן און מ'נעמט דעם מקבל, וואס דער ווערט אנגערופן על פי תורת אמת ווערט דאס אנגערופן אז דער איז א נותן און דער צווייטער איז א מקבל, ביחד עם זה ווערן זיי איין מציאות ממש, וכמדובר כמה פעמים

13און דאס ברענגט גלייך ארויס, בפרט נאך אז מ'איז זיך אויך מסיים מיט א שליחות פון לעשות צדקה, ברענגט דאס גלייך ארויס די צדקה שלת הקב'ה עושה עם עולמו, אז ס'ווערט תיכף ומיד די גאולה העתידה לבוא על ידי משיח צדקנו, ביז אין אן אופן וואס מראה באצבעו ואומר זה. און מ'זעט גלייך ווי אזוי ס'איז שוין מקויים געווארן די אלע ברכות והבטחות וואס יעדער איד האט געבענטשט א צווייטן אידן און אלע אידן אז דאס זאל זיין א שנה טובה ומסוקה, וואס דאס איז דאך כולל אלע פרטים, און אין אן אופן פון כתיבה וחתימה, וואס עמך כולם צדיקים איז דאך תיכף ומיד בראש השנה איז נחתמים ונחתמים סיי הכתיבה און סיי א חתימה סיי א שנה טובה ומסוקה, וואס זי איז כולל כל הענינים, ביז צו מסיקות בפשטות, שטות למטה מעשרה טפחים אין ענינים גשמיים, און מ'האט די מסוכות הכי עיקרית, כמוזכר לעיל, די גאולה האמיתית והשלימה, ותיכף ומיד ממה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions