עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-tna0fgz0

kind
paragraph
order
MX
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פון יוסף, און סיי די אלע ענינים פון יצחק, און דאס וואס מ'זאגט אז בעולם הזה איז ווי איז דעמאלט שייך דער ענין פון ימלות חוק פינהו איז שטייט דאך בפירוש אין פסוק, אז במה דברים אמורים אז אין עולם הזה איז ניט ימלות חוק פינהו ווען דאס רעדט זיך א רגע קודם גילוי משיח צדקנו, וויבאלד אז נשיא דורנו איז געווען דער משיח פון אונזער דור, און ער איז נתגלה געווארן מיטן גאנצן תוקף, במילא איז געווען ניט נאר א רשות פון ימלות חוק פינו ולשוננו רינה וואס על פי זה איז אויך פארשטאנדיק פארוואס נשיא דורנו האט געמאנט בחסידים בדורו, אז זיי זאלן שטיין אין א תנועה פון שמחה, און פון א שמחה גדולה, אן הגבלות, אף על פי וואס אליין איז ער דאך דורכגעגאנגען דער ענין פון מאסר, און דער ענין פון מאסר וואס איז געווען פארבונדן מיט שלילת החיים, כידוע דער פסק דין לראשונה, און וואס דערנאך האט מען אים פארביטן מיטן ענין פון גלות, וואס דאס איז נאך שווערער פון דעם ענין פון נהדר החיים, כמדובר כמה פעמים, אפילו אז ס'איז שוין געווען די גאולה, און אפילו אז ס'איז שוין געווען די גאולה בשבת שלאחרי זה, וואס דעמאלט האט דאס שוין געבענטשט דער ענין פון גומל, איז דאך וויבאלד אז דאס איז אן ענין פון התחלה און אן ענין
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions