עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-tmc8bktd

kind
paragraph
order
9g
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און נאך א טאג, איז בשעת ס'רעדט זיך וועגן אידן און וועגן אידישקייט, האט דער אויבערשטער אריינגעגעבן חכמה בינה דעת אין יעדער אידן און אין אלע אידן, האנשים ואנשים, און זיי זיינען אזוי מחנך אויך דעם טף, אז אויך די קינדער זאלן אויך וויסן און פארשטיין, אז בשעת ס'קומט נאך א טאג איז דאס ניט מערניט ווי פארטגעזענט, אט דאס וואס מ'האט שוין אנגעהויבן, און מ'האט שוין געטאן איין טאג אדער צוויי טעג, נאר וויבאלד אז מ'איז אן עם חכם ונבון דארף מען נוצן די חכמה אויף אן עיקר זאך, אז ס'קומט-צו נאך א טאג אין לעבן קומט-צו נאך אן ענין אין לעבעדיקייט, ובפרט נאך אז דער טאג איז אויך א הכנה א צוגרייטונג צו די לעבעדיקייט פון די טעג וואס ס'וועט קומען נאכדעם, און צו די וואכן וואס וועלן קומען נאכדעם, ביז וואנענט מ'וועט קומען צו די שלימות בזה בהנוגע צו מענטשלעכן לעבן, אויף והיו ימיו מאה ועשרים שנה אז דער אויבערשטער בענטשט, מיט אריכות ימים ושנים טובות, ביז הונדערט און צוואנציק יאר, און בענטשט ניט סתם אז מ'האט הונדערט און צוואנציק יאר, נאר דאס ווערט לעבעדיקע יארן, אנגעפילט מיט לעבעדיקע עבעדיקייט אין אלגעמיין, און דער עיקר מיט אמת'ע לעבעדיקייט, וואס דאס איז פארבונדן מיט תורת חיים, וואס זי ערקלערט און באווייזט די וועג ווי אזוי מ'מאכט פון לעבן, אז דער לעבן זאל זיין אן אמת'ער מענטשלעכער לעבן, וואס דאס איז דורך דעם וואס דאס ווערט אן אמת'ער אידישקייט לעבן, אנגעפילט אז יעדער טאג און אלע טעג ווערן אנגעפילט מיט זאכן פון אידישקייט, און מיט מעשים און דיבורים, און אפילו מחשבות פארבונדן מיט אידישקייט. וואס דאס שטייט מיט נאכמער הדגשה, מיט נאכמער אונטערשטרייכונג בהנוגע צו אן עקרת הבית, צו די וואס זיי שטעלן אוועק די הנהגה, די אויפפירונג, פון דער גאנצער הויז, ווי ס'זאל זיין,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions