Paragraph
Paragraph rh-tkz30zrh
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-eketxban
- order
- F7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בין העמים, על אחת כמה וכמה אט די וואס געפינען זיך אויך בגשמיות אין דעם זעלבן בית-הכנסת און דעם זעלבן בית-המדרש, און ווי מ'פארענדיקט דעם טרעפן זיך צוזאמען אין בית-הכנסת ובית-המדרש מיט נעמען די זעלבע שליחות אויף געבן אויף צדקה, וואס צדקה איז דאך אויך א מצוה וואס ענינה איז דאך, אז זי איז מאחד מאכט איין זאך פון דעם נותן און דעם מקבל, אפילו ווען דער נותן איז א נותן הכי גדול, און דער מקבל איז דאך מנא ליצלן א מקבל הכי תחתון פאראיינציקט דאס, אז זיי ווערן איין און איינציקע נקודה, ביז וואנענט אז גדול המקבל מן הנותן אז ער טוט מערער אויף ווי דער נותן, כמדובר כמה פעמים, וואס דערפאר איז אויך אז צדקה ברענגט גלייך אראפ די גאולה, דערפאר וואס גלות איז פארבונדן מיט פירוד, און גאולה איז פארבונדן בפרט די גאולה האמיתית והשלימה מיט א יחוד אמיתי און א יחוד נצחי, אין דער זעלבער לאנד און אין דער זעלבער שטאט און אין דער שטאט ירושלים אין דעם זעלבן ארט,
- proofread
- 0