Paragraph
Paragraph rh-tjb17814
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0e9xx3px
- order
- vi
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ביז וואנענט אז דער איצטיקער רגע ווערט בפשטות דער לעצטער רגע פון גלות, און גלייך נאך דערויף דער ערשטער רגע פון גאולה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי דוד מלכי משיחא, ותיכף ומיד ממש. ובמיוחד וואס מ'איז דאך מסיים, כרגיל, על ידי שליחות אויף נתינת צדקה, און אויך נאכאמאל א זירוז, אז מ'זאל ממשיך זיין אין די התוועדויות פון ימי הפורים האלו, אין אן אופן א התוועדות, אז לא יוסופו מזרעם ומפי זרעם. און מ'גייט פון איין התוועדות אין א צווייטע התוועדות און אין א דריטע התוועדות, ביז ווי דערמאנט פריער אז מועדו יחד אין דעם בית-המקדש דער אויבערשטער און עצמות ומהות, מיט יעדער אידן און מיט זיין חלק אלוקה ממעל ממש. אלע אפטייטשן אין ממש, כמדובר אין שיחות פון נשיא דורנו. ועוד והוא העיקר, אז ס'ווערט תוקף ומיד ממש, ומתוך שמחה וטוב לבב, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, בארץ ישראל, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובמקדש אדנ-י
- proofread
- 0