עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-tfe4twmt

kind
paragraph
order
D
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי איר האט אויך פריער דערמאנט, בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ וואס דורך וואס איז דאס געווען? דורך מוצאות פתיך דורך דערויף וואס ויאמר אלקים יהי אור איז דערפון געווארן אור און אזוי דערנאך אויך די אלע זאכן וואס מ'רעכנט דערנאך אויס, איז דאך דאס פארבונדן דורך עשרה מאמרות, נברא העולם, ווי אויסגערעכנט אין תורה נאכן פסוק פון בראשית ברא אלקים, און מ'ווערט דארטן און מ'ווייזט דארט א ביישפיל, ווי ווי ער האט פריער געזאגט, מעשה ידיך להתפעיר, אז דער אויבערשטער ברימט זיך מיט אייך, און האט אן אהר פון אייך, און גיט נאך מערער צו אין זיינע ברכות, ביז אין אן אופן אז ס'ווערט ישמח ישראל בעושיו, און ישמח הוי'במסב. וואס אט די אלע זאכן ווערן נאכמערער פארשטארקט, וויבאלד אז מ'געפינט זיך אין חודש אלול, ווען דער מלך בשדה, און דאס רעדט זיך וועגן קינדער וואס זיינען ערשט אפגעקומען פון זיין אין שדה א משך זמן אין א שדה וואס איז געווען דורכגענומען מיט אידישקייט און מיט לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, ער, ווי ס'איז געווען אייער אויפפירונג אין די וואכן וואס זיינען געווען פאר דעם טאג וואס מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן, ביז דעם היינטיקן טאג אינדערפרי, ווען מ'איז ארויסגעפארן פון די קעמפס, און מיטגענומען מיט זיך דעם ערשט אפגעדרוקטן תניא, וואס גלייך איז דער אנהויבס פון תניא איז, אז בשעת א אידיש קינד ווערט געבארן, איז נאך איידער ער גייט ארויס אין וועלט באשווערט מען אים א תהי צדיק, און וויבאלד אז דער אויבערשטער הייסט אים געבן אט די שבועה, איז דאך א זיכערע זאך אז ער גיט אים די כוחות אויף מקיים-זיין די שבועה ער זאל זיין תהי צדיק דורך דערויף וואס ער איז מקיים עשה טוב, והלתה ירשך דורך דערויף וואס ער איז מקיים דעם סור מרע,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions