עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-tf430bft

kind
paragraph
order
S
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דאס האט אים געבראכט, אז ער האט געטאן תשובה, ובפרט נאך לויטן דיוק הלשון בעל תשובה, אז דאס איז פארבונדן מיט א תשובה שלימה, ביז וואנענט אז ער ווערט א בעל-הבית אויף דער תשובה, וכמדובר ומבואר בכמה מאמרים. וואס אט דאס זאגט מען אויך אין א קריאה, וואס זי איז גאר אין ימי הפסח, וואס דעמאלט איז גאר די עבודה פון צדיקים, מוז דאך אבער זיין עתיד להתבא צדיקייא אויך בציובתא, בא זיי זאל אויך צוקומען די מדע פון תשובה, נאר וואס דען? ניט חס ושלום אז ער מוז צוקומען צו א חטא ממש, און אויף דערוף זאל ער תשובה טאן, דעמאלט איז ער דאך במכל-שכן וקל-וחומר, מה דאך א בינון האמיתי איז לא יחטא לעולם, על אחת כמה וכמה א צדיק, אמיתי, ווי ס'איז דאך זיכער ניט שייך צו אן עבירה, נאר וואס דען? דאס רעדט זיך אז בערך מדריגתו ווי ס'דארף זיין זיין עבודה איז כדבעי למיעבוד איז לא עביד. וואס דאס איז דאך אויך ווי חסידות איז מבאר, אז וואס אף על פי וואס ביו יום-טוב זאגט מען דאס ניט, אבער בחל-המאוד זאגט מען דאך אויך די ברכה פון סלח לנו און פרעגט אויף דערויף די שאלה לחלנו כי חטאנו ומחל לנו ועל כינוקפשנו איז דאך חזקה התשובה, אין לך דבר העמיד בפני התשובה, אף על פי כן געפינט מען, אז דעמאלט ווען מ'דארף אנקומען צו אמירת תחנון, וואס דערפאר זאגט מען דעמאלט תחנון איז ווען זאגט מען תחנון? לאחרי תפילת העמידה, און נאך דערויף ווי מ'זאגט אז לחלנו איז דערנאך זאגט מען די גאנצע אריכות פון תחנון.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions