transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך בהמשך להמדובר לעיל, וואס בכלל איז דאך די טעג פון פסח איז על דרך זה ווי די טעג פון סוכות האבן דאך אין זיך צוויי ענינים, וואס די אלע אכט טעג פון פסח, אדער די ניין טעג פון סוכות, זיינען איין זאך, און דערנאך איז דא ווי יעדער טאג איז אן ענין בפני עצמו, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו כל יומות השנה, כל יומא ויומא עביד עבידתי על דרך זה אויך בנוגע צו די ענינים האמורים. ביז אז ס'איז דאך אויך דא אין נפקא מינה בנוגע להלכה פון אט דעם ענין ווי די ענינים זיינען אלס אן איין און איינציקע זאך, אדער ווי די ענינים די טעג ווערן פאנאנדעכגעטיילט אין נאכט אדער אין נייען זאכן. יעדער ענין איז דאך א הוראה אין לתקן הלבבות ולתקן הדיעות ומדות וכו ווי גערעדט כמה פעמים, ובפרט א ענין פון הלכה ווי דער רמב ם שרייבט דאס בספרו, כמדובר כמה פעמים, איז דאך זיכער אז ס'דארף אראפקומען דערפון אויך א לימוד אין עבודת הוי עבודת הנפש להוי בכל ימות השנה עאכו כמה וכמה אין די טעג עצמם, וואס אייגנטלעך איז דאס א פסוק מפורש בתורה, אז ויצווינו הוי'לעשות את כל החוקים האלה, איז דאס די אלע חוקים, און כל החוקים האלה איז דאס ליראה את הוי'אלקינו. וואס דא אין פשוטו של מקרא, עאכו כמה וכמה אין די דרשות און די רמזים שבזה, איז בא דער תכלית הכוונה פון כל החוקים האלה, איז דאך אויך די פרטים שלהם איז דאס לירא את הוי' אלקינו, בפרט ווי ער איז דערנאך ממשיך, אז דאס איז פארבונדן מיט עבודת פון כל השנה, אדער נאכמער פון כל ימי החיים. וואס אט די אלע ענינים ופרטים שטייען נאכמערער בהדגשה בשעת מ'געפינט זיך אין א שנת הקהל, וואס אין הקהל איז דאך אויך, כמדובר במשך השנה כמה פעמים, איז דא די צוויי הפכים,
¶2דאס איז אן איין און איינציקער יאר וואס ווערט אזוי אנגערופן, משא'כ לפניו ולאחריו, און מ'דארף ווארטן דערנאך זיבן יאר ביז דאס חזר'ט זיך איבער, ובהוספה וכו,' און דערנאך איז דא ווי דער יאר איז צוזאמענגעשטעלט פון אזויפיל חדשים, און אזויפיל האט אין זיך ג'רגלים, און אזויפיל חדשים ושבועות וימים, ביז אז כל יומא ויומא עביד עבידתי וואס אזוי איז אויך בכללות עבודת האדם, זעט מען דאך אויך בפשטות, אז סיי די התחלת היום און סיי דער סיום היום הויבט זיך אן מיט די נקודה, ליראה את הוי'אלקינו כלך מיד שיואר משנתו, הויבט זיך גלייך אן דער ענין פון ומודו אני על לפניך מלך ולחי וקיים און ווי דער אלטער רבי איז מבאר בסידורו, וואס דאס איז סוף השוה לכל נפש, אז דאס איז פארבונדן מיט לירא את הוי און ווי ער ברענגט דאך דעם משל, אז בדוגמא אז יואר, מאד כשיואר משנתו, זאל ער זיך מתבונן זיין ווי וואלט געווען ווען ער געפינט זיך במעמד ומצב פון א מלך, וואס דאס איז דאך דער ענין פון שום תשים עליך מלך דער ענין פון לירא און דאס איז פארבונדן מיט הוי אלקיך שנתת בי נשמתי, וואס דאס איז דער ערשטער ענין פון טאג, אזוי איז אויך דער לעצטער ענין פון טאג, וואס דאס איז דאך דער חשבון הנפש ענדיקט זיך דער חשבון מיט דעם ענין פון ביצך אפקיד רוחי און דערנאך אין ברכת המפעיל, וואס די ביידע, אז מאה לעולם כולו בחבודו איז דאך אויך די ביידע ענינים, סיי דער פסוק און סיי די ברכה, איז אין די נקודה שלהם איז דער פארשטעלן זיך, אז דאס איז דער מעמד ומצב פון דעם אויבערשטן, און בידך אפקא דרוחי ועל דרך זה המאור לארץ כולא בכבודו איז דאך לכאורה ניט פארשטאנדיק, און דאס רעדט זיך וועגן מ'גייט אנטשלאפן ווערן. מיט וואס פארענדיקט מען? פארענדיקט מען מיט אן ענין וואס איז פארבונדן מיט אור און פארבונדן מיט כבוד,
¶3מיט אלע ענינים וואס זיי זיינען לכאורה פארבונדן דוקא דעמאלט, בעיקר על כל פנים ווען א איד איז וואכעדיק, ניט ווען ער גייט אנטשלאפן ווערן, טאקע בהקדמת קריאת-שמע שעל המטים און חשבון צדק וכו'וכו,' אבער ס'איז דאך אינו דומה עבודה פון א אידן ווען ער איז וואכעדיק, לגבי אט די ענינים וואס ער טוט-אויף ווען ער שלאפט, על פי שולחן-ערוך, מיט די הכנות המתאימות וכו'וכו.' אבער אף על פי כן זעט מען דאך, אז אזוי האט מען דאס קובע געווען, וואס יש לומר הביאור בזה, אז דאס איז בדוגמא האמורה, אז אלע ענינים איז דאס לירא את הוי'אלקיך, וואס ירא איז דאך פארבונדן מיט כבוד, און בשעת מ'זאגט המאיר לארץ כולו בכבודו איז דאך פארשטאנדיק, אז פאר דעם מאיר וואס קומט פון כבודו, איז דארט איז קיין אונטערשייד צי דאס איז ביום צי בלילה, ואדרבא ביום קען זיין נאך ענינים של גילויים, בדוגמא ווי מבואר בכמה מקומות, אז דער ענין פון קבלת-עול איז לייכטער צו פועל זיין ווי בא א בעל שכל, דערפאר וואס בא א בעל שכל רעדט מען ניט וועגן קבלת-עול, און בשעת מעשה האט ער אויך די הסברות און סברות על פי שכל, פארוואס ער דארף ממלא זיין רצון ה,' פארוואס ער דארף זיין יראו, ניט דער ענין פון קבלת עול, משא'כן אט דער וואס ס'איז ווייניקער שייכות צו הבנות והסברות, איז ביי אים איז לייכטער צו, אז ביי אים זאל זיין קבלת עול אמיתית, ובכל שעה ווען ער דארף דערצו אנקומען.
¶4וואס אויך על דרך זה איז דאך כללות הענין פון חג הפסח איז דאך פארבונדן דערמיט וואס נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב,"ה בכבודו ובעצמו וגאלם, וואס דערמיט האט זיך אנגעהויבן די יציאה פון די מיצרים וגבולים, וואס דאס איז דאך דער פירוש פון וגאלם און דערנאך ווערט דאס נמשך אין די שבעת ימים און אין די אלע פרטי פרטים, בלילה ראשונה, און דערנאך אין די אלע זיבן מעת-לעת אדער חוץ-לארץ, אלע אך מעת-לעת הבאים שלאחרי זה, און דאס איז דאך אויך פארבונדן בכבודו, ווי מ'זאגט בכבודו ובעצמו, און אויך פארבונדן מיט שלאף, וואס דאס איז דאך דער ענין פון מצרים מיצרים וגבולים, ניטא קיין גרעסערע מיצרים וגבולים ווי בשעת א איד איז געבונדן און ער ווערט אנט שלאפן, וכמובן ומבואר בכמה מקומות אין ספרי מוסר, עאכו'כמה וכמה בשכרי חסידות. ס'איז דאך יעדער ענין דארף דאך אבער זיין אויך פארבונדן מיט דעם יום מיוחד, כאמור לעיל, אז נוסף אז דאס איז איינע פון א גאנצע שבעת ימים, איז דאס אויך א יום בפני עצמו, איז דאך אין דערויף, כאמור לעיל, א חיי יתנו לבו אין וואס באשטייט די קריאת התורה, תורה פון לילה זו. און וואס דאס איז דאך תורה תורה אור און קריאת התורה, ובפרט נאך אין א מקום קדוש, בברכה לפניה ולאחרי'כמדובר כמה פעמים, איז שיכער אין דערויף דא אן ענין של הוראה, תורה מלשון הוראה, און נאך מערער א הוראה סאךה וברורה, און אויך אין אן אופן פון קריאה, וואס קריאה איז בפשטות איז דערפלייש, אז ניט ער האלט פאר זיך, נאר ער איז קורא בזה, במילא פועל'ט ער אויך אויף די וואס געפינען זיך, על כל פנים, בסביבתו, קרוב לו, אז צו זיי זאלן אויך דערגרייכן אט דער ענין וועגן וועלכן ער לייענט, און ס'זאל אזוי אויך פועל זיין, וואס דאס איז דאך דער תקלית הכוונה. וואס בשעת מ'גיט א קוק אין דעם חידוש פון קריאה זו איז דא לכאורה א פלא,
¶5וואס מ'הויבט אן פון פסלך וואס דאס איז פארבונדן מיט אן ענין פון היפך הרצוי, וואס איז דער ענין פון פסלך און גלייך ווי מ'זאגט דערפאר אשר שברת? דערפאר וואס ס'איז געווען אן ענין פון שברת און מ'זוכט דערצו ציקונים. איז דער תיקון לזה איז ס'זאל זיין דער פסלך.
¶6מ'רעדט נאך, לפי הביאור אין חסידות, אז ימי הפסח איז די עבודה ביי אידן בדרגות צדיקים, משא'כן די עבודה בדרגת בעלי תשובה איז דאס איז גאר אן ענין פון חודש תשרי און חג הסוכות, און כיוצא בזה אבער ניט אין חג הפסח. איז יש לוי'בזה ולקשר זה מיט א ומדובר בנוגע דער גאולה האמיתית, וואס זי וועט זיין כימי צאתך מארץ מצרים, און זיין בקרוב ממש, ובפזן אין דערויף, כמדובר כמה פעמים, וואס דארט איז געווען דער ענין פון נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב",ה בכבודו בעצמו וגאלם, כמדובר לעיל, און דארט איז געווען די עבודה, כאמור, אז מ'הויבט אן די עבודה פון צדיקים, אבער בסדר פון צדיקים, אף על פי כן זאגט מען, אז ווי אזוי וועט קומען די גאולה העתידה? איז דאס דוקא דורך דערויף וואס ס'וועט זיין ווי דער לשון הרמב״ם הבטיחה תורה, אז בסוף גלותם ישראל עושין תשובה ומיד הן נגאלין. קומט דאס אראפ אין א הלכה, ולשון צחה וברורה, אז מיט וואס איז פארבונדן די גאולה העתידה לבוא? איז דאס פארבונדן דוקא מיט עבודת התשובה, און מ'זאגט אויף איר, אז דאס איז ווי כמי צאתך מארץ מצרים אזוי וועט דאס אויך זיין אראנו נפלאו בגאולה זו, ו. וואס דאס איז אויך דער אויפטו פון תשובה בעבודת הצדיקים בפשטות איז, אז א צדיק איז דאך כדי תמידין כסדרן, און ווי דער רמב״ם שרייבט אין שמונה פרקים, בשעת ער איז קומען לידי נסיון ווייס מען ניט וואס מיט אים וועט זיין. א בעל תשובה איז ענינו איז וואס ער איז שוין דורכגעגאנגען ענינים אויף וועלכע מ'דארף תשובה טאן, און נאך געווארן
¶7און דאס האט אים געבראכט, אז ער האט געטאן תשובה, ובפרט נאך לויטן דיוק הלשון בעל תשובה, אז דאס איז פארבונדן מיט א תשובה שלימה, ביז וואנענט אז ער ווערט א בעל-הבית אויף דער תשובה, וכמדובר ומבואר בכמה מאמרים. וואס אט דאס זאגט מען אויך אין א קריאה, וואס זי איז גאר אין ימי הפסח, וואס דעמאלט איז גאר די עבודה פון צדיקים, מוז דאך אבער זיין עתיד להתבא צדיקייא אויך בציובתא, בא זיי זאל אויך צוקומען די מדע פון תשובה, נאר וואס דען? ניט חס ושלום אז ער מוז צוקומען צו א חטא ממש, און אויף דערוף זאל ער תשובה טאן, דעמאלט איז ער דאך במכל-שכן וקל-וחומר, מה דאך א בינון האמיתי איז לא יחטא לעולם, על אחת כמה וכמה א צדיק, אמיתי, ווי ס'איז דאך זיכער ניט שייך צו אן עבירה, נאר וואס דען? דאס רעדט זיך אז בערך מדריגתו ווי ס'דארף זיין זיין עבודה איז כדבעי למיעבוד איז לא עביד. וואס דאס איז דאך אויך ווי חסידות איז מבאר, אז וואס אף על פי וואס ביו יום-טוב זאגט מען דאס ניט, אבער בחל-המאוד זאגט מען דאך אויך די ברכה פון סלח לנו און פרעגט אויף דערויף די שאלה לחלנו כי חטאנו ומחל לנו ועל כינוקפשנו איז דאך חזקה התשובה, אין לך דבר העמיד בפני התשובה, אף על פי כן געפינט מען, אז דעמאלט ווען מ'דארף אנקומען צו אמירת תחנון, וואס דערפאר זאגט מען דעמאלט תחנון איז ווען זאגט מען תחנון? לאחרי תפילת העמידה, און נאך דערויף ווי מ'זאגט אז לחלנו איז דערנאך זאגט מען די גאנצע אריכות פון תחנון.
¶8און מ'זאגט אויף דערויף אויך אפילו לולא זאת ווען מ'האט ניט די אמירות תחנון זאגט מען דאך דאס לך לנו און מחל לנו ווי צו אלע פרטים לאחרי פון בי'ת ברכות לפני זה, וואס די ברכה הסמוכה ממש רעדט זיך וועגן חנינו נאידך חכמה בינה ודעת, זאגט מען אז אדרבא, אט דאס איז דער טעם, אז בשעת ער באקומט די חכמה בינה דעת מיט די גאנצע שלימות, ערשט דעמאלט כאפט ער זיך, אז די עבודתו וואס עבד עד עתה איז ניט געווען לויט דער חכמה בינה ודעת ווי זי איז איצטער פארשטייט ער, אז זי איז געווען אין אן אופן וואס דארט איז געווען חץ מלשון חסרון, און דערפאר ערשט דעמאלט קען ער בעטן שלח לנו אבינה כי חטאנו אויך אויף די זאכן וואס זיי זיינען געווען לפי מעמדו ומצבו א פריערדיקע תפילה, האט ער גע'פועל'ט אין זיי עבודה בשלימות, אבער לפי מעמדי מצבו עתה, און ער זאגט אתה חונן לא דעם דעת האט ער דאך דעם דעת ווי מ'באקומט דאס מידו המלואה הפתוחה הקדושה והרחבה, אין אן אופן פון חונן, במילא איז דערנאך פארשטאנדיק, אז די ברכה שני איז בנוגע צו עציית תשובה, וואס ס'קומט גלייך נאך די ברכה פון אתה חונן, איז דאס א תשובה מיט נאכמער שלימות, ובלשון ווי ער זאגט אין תניא, אז תשובה איז דאס בלב און דערפאר איז זי בכל יומא ויומא דארף זיין דער ענין פון תשובה, ווארום ער קומט צו א העכערע דרגא דארף ער תשובה טאן אף על פי וואס ביום שלפני זה האט ער אויך געהאט די תשובה בשלימות, כמבואר בארוכה אין תניא.
¶9ומדובר בזה אין די מאמרים שלאחרי התניא בכמה מקומות. וואס דאס איז אויך וואס יש ללמוד על כל פנים בדרך אפשרי פון דער קריאת התורה, אז מ'זאגט, אז אין מיטן פון זמן חירותינו, וואס איז געקומען דורך נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב,"ה בכבודו ובעצמו וגאלה, און דערנאך האט ער געהאט דריי טעג חזקה, און האט אלץ געגאנגען מיט אט דעם שטורעם, איז ערשט דערנאך קומט דער ענין, אז מ'לייענט דערנאך אז ס'קומט צו גאר א הויך, דער לאתבא צדיקייא בתיובתא. וואס אין וואס באווייזט מען דאס? אז בשעת ס'איז געווען די לוחות ראשונות איז דאס געווען די לוחות מעשה אלקים המה, די לוחות שניות זיינען געווען פסלך, ווי מ'זאגט דאס אין דער קריאה, נרקי מעשה אלקים, וואס לכאורה איז דאס א ירידה.
¶10וויבאלד אבער אז משה האט זיך מצטער געווען אויף די לוחות ראשונות, דערציילט תורה שבעל פה, אז דער אויבערשטער האט אים געזאגט אז אל תצטער, ווארום ער גיט אים איצטער כפליים לתושי אזוי וואלט געווען מערניט ווי חמשה חומשי תורה און ספר יהושע, גבולות הארץ און ירושת הארץ, משא'כן איצטער וועט זיך האבן כפליים לתושי ווי מ'רעכנט דארט אויס כמה ענינים משנה און גמרא און מכילתא וברייתא וכו'וכו.' ווערט דאך די שאלה, איז דאס דאך אן ענטפער אויף די אותיות און דיבורים וואס זיי זיינען אין די לוחות, וואו איז די נחמה וואס משה האט באקומען אויף דערויף וואס ס'איז געווען אז לוחות מעשה אלקים המה און דעמאלט איז געווארן פסלך איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז אין דעם פסלך וואס לוחות ניט קיין מעשה אלקים המה נאר פון דעם מעשה ידי אדם, פסל דוקא, און לך מיט אלע פירושים בדבר, ביז וואנענט אז מ'איז גאר מדגיש, אז פסל האט אין זיך אויך דעם אפטייטש אז ס'האט אן ענין פון פסלות, און די פסלות שבלוחות האחרונות האט געהערט לך. ס'איז א דבר מובן מפי עצמו, ובפרט נאך על פי הלכה, אז פסלות פון א וואס פון דעם טר, דער עיקר פון עם טייל, מאכט מען ענינים של קדושה, ווער רעדט נאך אן ענין של לוחות איז דאך א זיכערע זאך על פי הלכה, אז מ'דארף דאך נוהג זיין קדושה און כבוד וכל הענינים מיט די פסלות פון דברים אלי, נאר זיי ווערן אנגערופן בשם פסיו ופסלות דערפאר וואס בערך פון דעם עיקר פון די אבנים וואס משה האט גענומען, האט ער דארט אויפגעשריבן די עשרת הדברות, במילא בערך זה, אף על פי וואס דאס איז געווארן לך ממונו של משה, און דערפון איז ער געווארן אן עשיר, ווי די גמרא זאגט, מבצלתן שלוחות, און דורך דערויף וואס ער איז געווארן אן עשיר איז געווען די שכינה, שרוי עליו, וואס אינו שורה אלא הלשיר וכו'וכו איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס האט אויפגעטאן אן עלי'אין משה'ן, אף על פי וואס בערב
¶11ווי משה האט געשריבן, און די זאכן וואס ער האט געשריבן ווערט דאס אנגעהויבן בשם פסולות, ביחד עם זה אבער אויך זאגט מען רבתא לך, וואס דאס קומט אויך בהמשך לזה דער ביאור אין פשוטו של מקרא, וואס דערנאך ווערט אראפגעבראכט דער ענין פון יג'מדות הרחמי, און ווי רש'ברענגט אראפ, אז דאס איז אן ענין וואס אינן חוזרות רקם. וואס אט דא ווערט דאך די שאלה, וואס קומט דאס דוקא צו א בעל תשובה? האט לכאורה האט דאס געדארפט שטיין בא לוחות ראשונות, וואס דעמאלט זיינען זיי געווען א דרגת צדיקים, בפרט נאך ווי ער זאגט אין גמרא, אז ס'איז בטלה דער גאנצער ענין פון חטא עץ הדעת וכו'וכו,' און אף על פי כן געפינט מען דארטן דעם ענין פון יד ג'מדות הרחמים ופשוטם של כתובים, על אחת כמה וכמה לויט די מדרשי חז.ל, איז ווען איז געווארן דער גילוי פון י'ג'מדות הרחמים שאינן חוזה תריקם? על ידי תפילת משה שבינתיים, און עבודת התשובה פון משה שבינתיים, און זי האט אויפגעטאן דעם ענין אז ס'איז געווארן הוי'הוי דער י'ג'מדות הרחמים, ביז אזוי נחוזה תריקם. וואס דאס איז אויך בדוגמא ווי געזאגט, אז אביד אתשבא לעשות לתבא צדיקייא בתיובתא, במילא מוז שוין זיין דער ענין אלס הכנה לזה, אויך מעין זה, וואס דאס איז אויך אז מ'זאגט אז ס'קומט חג הפסח, דארף דאך א איד לעבן מיט דעם יום טוב, במילא דארף זיין הנהגתו ככל התלוי בו, ווי הנהגות פון צדיקים ביתר שאת וביתר עוז, ווי מבאר אין תניא וואס איז די דרגא פון צדיקים, אז ניט נאר ער האט האט ניט קיין רמז ברב וכו'וכו.' און דערנאך איז דא אויך אין דערויף דער צווייטער ענין, וואס דאס איז י'ג'מדת הרחמים, וואס זיי לייענט מען וועגן זיי בתורה, און אין א יו'טוב'דיקן אושן, און אין אן אופן ווי א קריאה בפני עצמה, בשעת מ'לערנט זיי און מ'לערנט וועגן זיי במקומם, איז דאס אן ענין צווישן כמה ענינים, בשעת דאס ווערט געלייענט
¶12קריאת התורה, ובברכה לפני'לאחרי'בכל המאוד פסח, איז דאס א קריאה בפני עצמם, וכמובן בגן פשוט. און אין דערויף גופא זאגט מען, פונקט אזוי ווי מ'זאגט, אז ביי א צדיק דארף זיין די התקללות אויך פון עבודת התשובה, אזוי איז אויך פארשטאנדיק, אז אין יו'ג'מדות שאין החוזרת ריקם דארף אויך זיין א התקללות, אף על פי וואס בכללות מידות תשובה דארף זיין אויך א התכללות פון עבודה און עבודת הצדיקים, וואס דאס איז אויך על פי המובן פון כמה מדשי חז ל וואס ס'איז דא צוויי שם הוי ת, איינו קודם שיחטו און איינו לאחר שיחטו, ופסיק טעמא בינייהו, בדוגמא ווי גערעדט פריער די התכללות אין צדיקים
¶13תיובתא, על דרך זה אין תיובתא די התכללות פון צדיקייא. וכמדובר, אז אף על פי וואס אין חודש ניסן, ובפרט נאך אין חג הפסח, ובפרט נאך אז מ'האט זיך ממלא געווען כדבעי למבע, וואס כל ישראל בחסת כשרות הן, אלע ענינים פארבונדן מיט יום טוב ראשון של פסח, דער ערשטער טאג פסח, און יום טוב שני של גלית, וואס איז מען אויך געווען דערנאך די טעג אין חול המועד, אף על פי כן זאגט מען, אז נאך דערויף ווי ער דערגרייכט, ובשלימות, ביי אלע ענינים, איז לפי הדרגא, אז ס'קומט אים צו נאך א טאג, אין זמן חירותינו, אט דעמאלט האט ער און פארדינט, און ברענגט דאס אראפ בקריאה בגלוי, דעם ענין פון י'מדות שאינה און חוזרת ריקם. און יהי רצון, אז וויבאלד אז מ'האט דאס היינט געלייענט, און מיט דער הדגשה אין פירוש רש און מדשי חז זל בארוכה, אז דאס אט די ענינים וואס אינת חוזרת רקם איז דאך א זיכערע זאך אז כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי בתשובה האט מען אויך דער ענין התשובה ווי מ'האט דאס געלייענט בתורה און מיט א ברכה לפני'לאחרי במילא איז א זיכער זאך, אז לא עיקבן אפילו כהרף עין, און ס'קומט די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'פראוועט דעמאלט די אלע ג'רגלים וואס מיט זיי איז מסתיים די קריאת התורה, און מ'פראוועט דאס מתוך שמחה וטוב לבב, ו שמחת עולם על ראשם, מועדים לשמחה.
¶14ובפרט אז דאס איז ראשון לרגלים, וואס דאס איז דאך חג הפסח, אין מודים לשמחה דראשון בזה, און אין דערויף גופא איז דאס אין א שנה וואס איר מנין, וואס בכלל איז זיך מונים ללבנה דערפאר וואס דומים ללבנה, איז דערפון איז פארשטאנדיק, אז דעם ענין וואס אידן ציילן, איז דאס דערפאר וואס דאס איז זייער ענין, דערפאר וואס דומים בזה, איז די שנה וואס איז תשמח און תשמח זאל דאס זיין אזוי אויך בפשטות, ולמטה מעשרה טפחים, ונשמות בגופים, ובאופן וואס מראה באצבעי ואומר זה אז דאס איז תשמח און דאס איז תשמח, און דאס איז גאולה האמיתית והשלימה, זה אלקינו קוינו לו, קוינו לו בשני פעמים זה און קוינו לו שעשו, וואס דאס איז דער ענין פון כל מעיני בך דוקא.