עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-tde02xgc

kind
paragraph
order
Dm
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
צי דאס איז גוט צו ניט דארף מען אנפרעגן בא דעם שופט, וואס דאס איז די תורה, ביז ווי גערעדט מערערע מאל, אז מ'דארף עפעס עסן דארף מען פריער זיך נאכפרעגן אין תורה צי דאס איז א כשר'ער עסן אדער חס ושלום ניט, און אויב ס'איז א כשר'עסן און טרינקען, צי קען מען דאס גלייך עסן און טרינקען, אדער דער שופט תורה זאגט, אז מ'דארף פריער אפדאנקען דעם אויבערשטן, וואס ער האט אים געגעבן די וואסער אויף צו טרינקען אדער דעם ברייט אויף צו עסן, דורך דערויף וואס ער זאגט אויף דערויף א ברכה, און אין דער ברכה בענטשט ער און דאנקען דעם אויבערשטן, וואס דאס איז די אלגעמיינע אפלערנונג פון דער גאנצער וואך, און ווי געזאגט אין א ליכטיקן אופן, און אין טאג-טעגלעכ לעבן, אז בשעת עס קומט אויס עפעס צו טאן, אנהויבנדיק פונגאנץ אינדערפרי, זאגט אייך תורה דער שבט, וואס דאס איז תורה, אז מ'דארף אנהויבן דעם טאג מיט זאגן מודה אני לפניך אז מ'דאנקט דעם אויבערשטן שהחזרת בי נשמתי, און אזוי אויך אז דערנאך קומט מען צו עסן און טרינקען, דארף מען פריער אפדאנקען דעם אויבערשטן דורך זאגן די ברכה וואס זי איז פארבונדן מיט דער זאך וואס ער גייט עסן אדער טרינקען, ווי גערעדט שוין מערערע מאל.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions