עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-td1tddd0

kind
paragraph
order
X4
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס ווערט אנגערופן זמן שמחתנו וואס איינער פון די טייטשן אין דערויף איז, אז בשעת א קינד געפינט זיך אין זמן הסוכות, דארף ער זיך משמח-זיין שמחתנו לשון רבים, אלע אידישע קינדער וואס געפינען זיך מיט אים צוזאמען, אדער צו וועלכע ער קען דערגרייכן, זיכער דארף ער זיך אויפפירן אין אזא מין אופן, אז ער וועט מאכן פריילעך און צופרידן, זיין טאטע און זיין מאמען, פון זיין אויפפירונג, אז ער פירט זיך אויף ווי א אידיש קינד דארף זיך אויפפירן, איז דאך דאס דער גרעסטער נחת-רוח וואס ס'קען זיין, און זיכער, אז ער פארשאפט דעם גרעסטן נחת רוח פאר אבינו שבשמים, פאר דעם אויבערשטן אליין. וואס דאס איז דאך אויך איינער פון די אפטייטש אין זמן שמחת הי ם, ולשון רבים, יעדער איד און אלע אידן, איז אויך דא אויך דער טיפערער און דער ברייטערער אפטייט, אז דאס איז דער זמן שמחתנו פון ישמח ישראל בעושיו, און אויך ישמח הוי'במעשיו, אז דער אויבערשטער האט זמן שמחתנו מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, נאך פון פיצלעך קינדער, און ער האט דאס אט די שמחה, וואס דער פסוק פון ישמח הוי'במעשיו שטייט דאך אויף יעדן
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions