עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-tc076g4j

kind
paragraph
order
M
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בכל שעריך וואס דאס איז דאך, כמדובר לעיל, בכל שעריך די פנימיים ווי זיי זיינען אין מבני הגוף די שבעה שערים, וואס דורך זיי פארבינדט זיך דער גוף מיטן עולם שמחוץ לאדם, וכמדובר לעיל, בארוכה, ובפרט נאך ווי ס'איז אפגעדרוקט בפרשי התורה, וכמוזכר לעיל, קומט דאס אויך דערנאך ארויס אין דעם ענין, אין דער פרשה גופא איז דאך דא א ריבוי ענינים, וואס כללות כל הענינים איז דאך כולל עבודת האדם, וואס דארף באשטיין אין צוויי אופנים. צום אלעם ערשטן דארף ער אויסגעפינען וואס ער דארף טאן, וואס דאס איז דער ענין פון די שופטים שבו, דערנאך דארף ער באווארענען, אז דאס וואס ער דארף טאן זאלן ניט זיין אין דערויף קיינע מניעות ועיכובים און ניט קיין פארשפ העטיקונג וכיוצא בזה, כמוזכר לעיל. וואס דאס איז דער ענין השוטה שבאדם עצמו, על דרך זה אויך כל אחד ואחת וואס זיי פירן אן מיט א משפחה, צי דאס איז דער פאטער אדער דער מוטער אדער אן עלטערער ברודער אדער אן עלטערע שוועסטער, דארף זיי אויך וויסן, אז וויבאלד אז זיי זיינען די וואס אין זיי הענגט אפ די הנהגה
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions