transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'הויבט זיך שוין אן דאך ראש-חודש אלול, ס'איז דאך ידוע וואס אויף גאנץ חודש אלול זאגט דאך דער אלטער רבי, דעם משל, אז דאס איז ווי א מלך וואס ער איז בשדה, און אלשי העיר יוצאים לקרתו, און דעמאלט איז יעדערער קען צו אים צוגיין, און נשיא דורנו איז אויך תמוסיש ומקבל בסובפ פנים יפות, און דערנאך, ווי נשיא דורנו איז אויך מוסיף, ויכולים, אז מ'זאל אים געבן די בקשות, און דאס איז אויך מקבל בסבר פנים יפות, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס דארף זיך אויסדרוקן לכל לראש אין המעשה הוא העיקר, וואס דאס איז דאך יעדערער לפי שיעורי דילי קלייבט זיך אויס די מעשה המתאים לו במיוחד, אבער בא יעדערן דארף זיין דער זעלבער ענין, נפק אין אן ענין של מעשה. וואס על דרך זה אויך, וויבאלד אז מ'איז דאך מסיים די ריידן על דרך זה אויך מיט מעשה פון שליחות לצדקה, איז דאס אליין איז יש לומר אז דאס איז אויך אן ענין פון א מעשה וואס איז פארבונדן מיט קבלת פני המלך, ווי ער געפינט דאך
¶2בשדה, במילא דארף דאך דאס זיין ניט סתם, נאר על כל פנים כפליים לתושי,' ניט ווי מ'טוט דאס על כל פנים יחי א שטר אחד, נאר על כל פנים שתי שטרות. ועוד והוא העיקר, אז אף על פי וואס המעשה הוא העיקר, איז דאך די מעשה דארף מעורר זיין, אז דאס זאל ווירקן גלייך אויף מחשבה, ובאופן המתאים אויך, אויב מ'קען געפינען אן ענין וואס מ'פארבינדן דאס אויך מיטן דיבור, איז מה טוב ומה נעים, אז ס'זאל זיין בשלימות די אלע שלשה לבושי הנפש, ובפרט פון די נפש האלקית, וואס דאס איז דאך אויך כנגד פון וכל לבבך וכל נפשך וכל מאדך, כמדובר וכמה פעמים, ווי אויך בפשטות, אז בשעת מ'זאגט בכל לבבך איז דאס אן ענין פארבונדן מיט מחשבה בלב, בשעת מ'איז דערנאך מוסיף נאך אן ענין, אז דאס איז אויך בכל נפשך איז דאך ס'איז א נפש המדברת, איז דאס פארבונדן בדיבור, נפשו יצאה בדברו, און דערנאך אויך דער בכל מאדך, וואס כאין פון דער אפטייטש
¶3בזה, ס'איז דאך אויך בכל ממונך איז דאך דאס פארשטאנדיק, אז דאס איז בפשטות אן ענין פון מעשה. און דאס דריקט זיך אויס במיוחד, בשעת דער מלך געפינט זיך בשדה, וואס דער פירוש אין דעם איז דאך, אז די אנשי אידן ווי זיי געפינען זיך אין שדה, און ווי נאכמערער, ווי ס'איז פארשטאנדיק פון דער דוגמא, אז ווי ער זאגט פון דעם משל, אז וויבאלד ער זאגט משל, אז די אנשי העיר גייען אויך ארויס אין שדה און דארט רעדן זיי מיטן מלך איז דאך פארשטאנדיק, אז אויף דערויף איז אויך חל עשית לקרתא הזל בנימותא, דארפן זיי אויך האבן די לבושים, אז ס'זאל ניט זיין בהדגשה דער חילוק צווישן די אנשי העיר און צו די אנשים וואס געפינען זיך נאך פון פריער אין שדה, וכפשוט, ואין להאריך בדבר הכי בפשוט. בכלל דער חילוק פון שדה און עיר איז דאך, א עיר איז דאך א מקום משב, משא'כ אין א שדה איז שדה ממנו תצאי לחם, דוקא אן ענין פון חרישה וזריעה, וכמדובר כמה פעמים. וואס דערפאר דארף מען דאך אויך באווארענען דארט ענינים, וויבאלד אז דאס איז ניט אין א עיר וואס א אידישע עיר איז דאך פארשטאנדיק אז ס'דארף זיין מקפס חומה
¶4משא'כן אז מ'געפינט זיך בשדה, דארף מען האבן א זהירות מיוחדה, אז אהינצו זיך ניט אריינכאפן ענינים של שדה, און דער וואס כל ענינו איז בשדה, ביז וואנענט אז ס'איז גאר ניט כדאי אים צו דערמאנען אפילו בדיבור, על אחת כמה וכמה ניט במעשה, אבער דאס וואס מ'גיט דער כפליים לתושי איז דאס ניט פארבונדן ן מיט באווארענען אן ענין בלתי-רצוי, נאר מדגיש זיין נאך מערער אט דאס וואס דער מלך געפינט זיך בשדה, במילא איז דאס אויך לכל לראש, וכמדובר כמה פעמים, אז בא דעם אויבערשטן איז אלע ענינים וואס ער טוט איז דאס אין אן אופן פון צדקה, וואס דערפאר ווערט דאס אנגערופן די מצוה העיקרית פון דעם אויבערשטן, איז גאר כל ענינים שלו, וואס ער טוט זיך דאס מערניט מצד צדקה, איז וואס פאר אן ענין ס'קומט ניט פון דעם אויבערשטן איז דאס אויך דארף דאך א איד מאכן דערצו אויך א כלי און א דוגמא, הדמה לו, הלכת בדרכיו אויך פארבינדן דאס מיט אן ענין של צדקה. בפרט אז דאס איז אויך פארבונדן, און מ'געפינט דאך אויך אין דער פרשה פון שופטים, וואס הויבט זיך אן די שופטים ושוטרין תתן
¶5בכל שעריך וואס דאס איז דאך, כמדובר לעיל, בכל שעריך די פנימיים ווי זיי זיינען אין מבני הגוף די שבעה שערים, וואס דורך זיי פארבינדט זיך דער גוף מיטן עולם שמחוץ לאדם, וכמדובר לעיל, בארוכה, ובפרט נאך ווי ס'איז אפגעדרוקט בפרשי התורה, וכמוזכר לעיל, קומט דאס אויך דערנאך ארויס אין דעם ענין, אין דער פרשה גופא איז דאך דא א ריבוי ענינים, וואס כללות כל הענינים איז דאך כולל עבודת האדם, וואס דארף באשטיין אין צוויי אופנים. צום אלעם ערשטן דארף ער אויסגעפינען וואס ער דארף טאן, וואס דאס איז דער ענין פון די שופטים שבו, דערנאך דארף ער באווארענען, אז דאס וואס ער דארף טאן זאלן ניט זיין אין דערויף קיינע מניעות ועיכובים און ניט קיין פארשפ העטיקונג וכיוצא בזה, כמוזכר לעיל. וואס דאס איז דער ענין השוטה שבאדם עצמו, על דרך זה אויך כל אחד ואחת וואס זיי פירן אן מיט א משפחה, צי דאס איז דער פאטער אדער דער מוטער אדער אן עלטערער ברודער אדער אן עלטערע שוועסטער, דארף זיי אויך וויסן, אז וויבאלד אז זיי זיינען די וואס אין זיי הענגט אפ די הנהגה
¶6פון די קלענערע מיטגלידער פון דער משפחה, דארף זיי אויך האבן אין זיך צוגעגרייט סיי שופטים און סיי שוטרים, וואס דארף זיין אויך בערך פון די אויף וועלכע זיי דארפן משפיע זיין, אז זיי זאלן זיך אלץ פירן ווי ס'דארף זיין, ביז אין אזא אופן, אז ס'ווערט מקויים דעם מאמר הצמח צדק הידוע מאכט ארץ ישראל ווערט דאך דאס בכל שעריך, אויך ווי דער פירוש הפשוט, אז לכל לראש איז דער חיוב פון שופטים ושוטפים, און דער עיקר חיוב איז דוקא בארץ ישראל, אף על פי וואס ס'איז דא אויך אין חוץ לארץ, וכמוזכר אויך בכמה פעמים, איז אבער על דרך זה אויך, אפילו ווען ער האט נאך ניט אויפגעטאן דעם דא ארץ ישראל איז אפילו ווי דאס איז חוץ לארץ דארף ער אויך האבן שופטים ושוטרים, על אחת כמה וכמה אז מ'האלט שוין נאך חמשה עשר באב, וואס זיכער האט מען זיך מקיים געווען במשך פון די פופצן טעג פון חמשה עשר באב, ווערט דורכגעגאנגען פערצן טעג, און מ'האלט שוין דעם פופצנטן טאג, האט מען דאך דעמאלט אויך די פעולה פון דער הכנה במשך פון שבעים ימים,
¶7און כמדובר כמה פעמים, אז דאס איז יד-ד-יום, און נאך חמשה עשר יום, וואס דאס איז פארבונדן אויך מיט קיימא סיהרא באשלמותא פון ישראל, וואס זיי זיינען דומין ללבנה און מונין ללבנה. און יהי רצון, אז די אלע ענינים זאל כמוזכר לעיל צוהיילן די אלע ענינים אויף מיטן מלך בשדה, ס'זאל זיין תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה, גייט מען דעמאלט מיטן מלך צוזאמען, און מיט משיח צדקנו, הקיצו ורננו שוכני עפר גלייך אין ארצנו הקדושה, און דארטן גופא, איידער מ'גייט אריין אין א עיר דארף מען דאך דורכגיין שדות, ובפרט נאך אויך, אז ארום יעדער עיר איז דא די שדה וואס איז שייך צו דער עיר, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בהנוגע צו די שבטים, איז דאך יעדערער האט דאך געהאט זיינע שטעט, במילא האט ער געהאלט זיינע שדות, און דערנאך איז געווען דער שבט לוי פארבונדן מיט ירושלים, וואס לא נתחלקה לשבטים. וואס אט דעמאלט איז אויך יעדער איד קען זיך דאך אוועקשטעלן אין דעם דרייצטנטן חלק, כמוזכר ינבואת יחזקאל, במילא כל
¶8אחד ואחד השנדבה לבו ווערט ער אויך א לוי, ביז אין א דרגא ווי שלימות אין לוים, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון כהן גדול, קודש הקדשים, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך די אלע ענינים דארף זיך אויך אפשפילן אין מעשה בפועל, על אחת כמה וכמה אין דיבור בפועל און במחשבה בפועל, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין וואס נדבה רוחה איז דאך פארבונדן מיט מחשבה שבלב, דערנאך קומט דאס אראפ למטה מטה, און דורכגייענדיק דיבור אויך אין מעשה, וואס אין דערויף איז דאך דער ענין ווי ער זאגט דערנאך אז נעשה קודש הקדשים דער ענין פון עשי', און די אלע ענינים אין אן אופן פון גורל, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אחת בשנה און פארבונדן בא יעדער אידן מיט חלק הגורל שבו, וכידוע די דריי ענינים וואס מ'זאגט יעדער טאג אלס א הקדמה צו עבידת התפילה, די אלע דריי ענינים וואס ס'איז דא פון חלקנו און גורלנו און ירושתנו, איז דאס אויך דא בא יעדער אידן וואס ער זאגט דאס, זאגט ער דאך בפירוש
¶9חלקנו און ירושתנו און גורלנו, אז דאס איז זיינער אן ענין, און ויהי רצון, אז פון די אלע ענינים זאלן תיכף ומיד ממש, כמוזכר לעיל, וויבאלד אז מ'געפינט זיך שוין מיטן מלך בשדה, איז דאך נאך לייכטער צו פועל זיין, אז ס'זאל ניט זיין קיין הפסק פון דעם זיין צוזאמען, און ניט דארפן מפסיק זיין בשבת און ערב שבת וכיוצא בחצות, וכיוצא בזה, נאר גלייך פון די התחלה פון א מלך בשדה, וואס ווי פארשטאנדיק בפשטות, הויבט זיך שוין דאס אן, ס'איז דאך דא ענינים וואס הויבן זיך אן פון צווייטן טאג ראש-חודש, און דא ענינים וואס הויבן זיך אן פון דעם ערשטן טאג ראש-חודש, ווי פארשטאנדיק בפשטות, אז א מלך בשדה איז גלייך בהתחלת אלול, וואס דאס איז ראשי-תיבות אני לדודי ודודי לי, און אט דעמאלט גייט מען גלייך פון דעם מיטן מלך בשדה, און מ'דארף ניט ווארטן אויף איבערבייטן די לבושים וכו וויבאלד אז דער מלך איז אראפגעקומען צו די אנשי השדה, ווי זיי זיינען אין זייערע לבושים און אין זייערע הנהגות, כולל אויך די לבושים פון מחשבה דיבור ומעשה, ווי דאס איז פארבונדן מיט שדה ווערט דאס גלייך דער מלך לשדה נבד, למעליותא, כמבואר אין ביאורי הזהר
¶10בכמה מקומות, אז מ'האט דעם מלך ווי ער איז פארבונדן און האט גענומען אויף זיך אז ער איז אן עבד צו דעם שדה, על אחת כמה וכמה ווען ער אליין קומט אין דעם שדה, און מ'גייט תיכף ומיד ממש ברענגט דער אויבערשטער דער גאולה האמיתית והשלימה, ובפרט אז מ'גיט זיך איצטער אויך מסיים און ממשיך מיט דעם ענין פון צדקה, וואס זי איז מקדימה את הגאולה, ומזרזת את הגאולה, כמדובר כמה פעמים, און גלייך גרייט מען זיך אויך צו מקיים-זיין שופטים ושוטרים תתן לך בכל שאריך אין די שאריך ממש, וואס דאס גייט בעיקר אויף ארץ הקודש, ווארום מ'קומט בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו וואס אף על פי וואס יעדערער פון זיי האט דאך דאך תחת גפנו ותחת תאנתו איז דאך לכל לראש קומט מען גלייך ניט אפלייגנדיק גלייך אין ארצנו הקדושה, אין ירושלים עיר הקודש וואס לא נתחלקו לשבטים, און דארטן עצמו אין בית המקדש, וואס איצטער איז ער דאך, לאחרי חודש שעהב, איז דאך מעמד ומצב וואס ס'ווערט נחרש כשדה, וכמדובר כמה פעמים, איז מען דאס גלייך מהפך אין דעם שדה, ווי דאס איז מלך לשדה נבד,
¶11אויך אט דעם שדה, ניט ווי ס'איז געווען בתשעה באב, וכמדובר כמה פעמים, נאר ס'ווערט גלייך ווי דאס איז אין חודש, אין חמשה עשר באב, עוד ועיקר ווי דאס איז צוזאמען מיט דער גאולה האמיתית והשלימה, האט מען דעמאלט בגלוי דעם מלך לשדה נפד, און מ'קומט גלייך מיטן מלך, מיט דער שדה, וכספם וזהבא מתן די אלע ענינים של תורה ומצוותי סיי פון מחשבה און סיי פון דיבור און סיי פון מעשה, כמדובר כמה פעמים, און מ'האט כפליים לקטושי די תושי'האמיתית, גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, און מ'איז דעמאלט מקיים, כאמור, דער שופטים ושוטם תתן לך דורך ואשיבה שופטייך כבראשונה און דאס ווערט תיכף ומיד למטה מעשרה
¶12טפחים, כמוזכר לעיל, אז אפילו אין חוץ-לארץ, אז ס'ווערט א אידישע שטאט, איז דארטן דארף מען אויך טאן די שופטים בשוטרים איז נאך איידער מ'ווערט אריבערגעפלויגן אין ארצנו הקדושה, האט מען שוין די געלעגנהייט צו מקיים-זיין דא די שופטים בשוטרים תתן לך ובפרט נאך, אז כמוזכר אין די פריערדיקע ראש וואס איז געווען פארבונדן מיטן שופטים, אז לכל לראש איז דאס בכל שעריך אין שערים פנימיים, ווי דאס איז אין עבודת האדם מיט זיינע רמ חוברים און שסה גירים, און עבודתם עידי יום ביום, באיזה מקום ער זאל זיך ניט געפינען, באיזה מצב ער זאל זיך ניט געפינען, און די אלע ענינים היילן נאכמערער צו, ובפרט צוזאמען מיט די שליחות אויף צדקה, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ובתוקף ומיד ממש, און וואס שבעה שופטייך כבראשונה און שופטים ושוטם תתמלך בכל שערך בפשטות, בפשטות אין ארצנו הקדושה, און דארטן אויך כולל ס'איז דאך געווען די שערים אויך אין ירושלים, און און א ריבוי שערים, און אויך א ריבוי שערים ווי ס'איז געווען אין בית המקדש, און ביז וואנענט די פלוגתא בדבר, ווי די ג'שערים און ח'שערים און זיין שערים אין דער עזרה וכיוצא בזה.
¶13ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין בפשטות, ולמטה מעשרה טפחים, און תיכף ומיד, שבעה שבטייך כבראשונה, די שבטייך ווי מ'האט אנגעזאגט שופטים ושוטים תתן לך ווערן זיי אנגערופן שבטי איך, ועוד והוא העיקר, אז דוד מלכא משיחא, וואס ער איז דאך אויך געווען אן ענין פארבונדן אויך מיטן סנהדרין, דערציילט אין גלייך אין מסכתא ברכות בתחילתו, אז גלייך נאך חצות לילה איז געווען די עבודה בא דוד המלך, אז מ'פלעגט צו אים אריינגיין עמכי ישראל צריכין פרנסה איז דאך גלייך נמלך בסנהדרין וכו כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, ס'זאל זיין די אלע ברכות עד אין קץ, אנהויבנדיק פון נתתי שלום בארץ, ווי דער סיום פון מסכתא ברכות, און כולל די אלע ברכות, ביז די ברכה העיקרית והפנימית והעיקרית, די ברכת גאולה האמיתית והשלימה, ותיכף ומיד ממש.