English
ספרייה
kind
paragraph
order
2N
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'וועט זיך עסן דאך? ס'איז דאך ווי יעדער יאר טרעפט מען זיך און קלייבט זיך זיך צוזאמען א פאר טעג, עטלעכע טעג פאר דעם זמן פון מתן תורה, און ווי מערערע זאכן פארבונדן מיט אידישע ימים-טובים, און מ'איז זיכער בנוגע צו מתן-תורה, איז אף על פי כאטש דאס חזר'ט זיך איבער פון יאר צו יאר, האט מען דאך אנגעזאגט אידן, אז בכל יום יהיו בעיניך כחדשים אז וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיטן אויבערשטנ'ס תורה, און וואס ער גיט דאס אלס אן אנווייזונג ווי אזוי מ'זאל פירן א ריכטיקן אידישן לעבן, וואס לעבן איז דאך אויך א זאך וואס דער אויבערשטער בענטש מיט אריכות ימים ושנים-טובות, מיט לאנגע גליקליכע יארן, ביז הונדערט און צוואנציק יאר, און פונדעסטוועגן האט מען דאך הנאה פון דעם לעבן, און דורך דעם אויבערשטנ'ס ברכות ווערט דאס די הנאה פארקערט פון יאר צו יאר אלץ מערער און טיפער און ברייטער, דורך דערויף וואס מ'באקומט א טיפערע פארשטענדניש פאר דער מתנה פון החזרת בי נשמתי וואס דער אויבערשטער קערט אום יעדער טאג פון דאסניי די נשמה, און ניט דאס חבר'ט זיך איבער וואס ס'איז שוין אמאל געווען, נאר דאס איז אין אן אופן פון חדש אז מ'באקומט א נייעם געשמאק אין לעבן, ובפרט נאך אז א איד פארבינדט דאס מיט א נייעם געשמאק אין תורה, וואס זי איז דאך געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן, וואס ביי אים איז דאך ניט שייך צו באגרענצונגען
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים