Paragraph
Paragraph rh-t8yf5gz3
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xg7srbym
- order
- 2
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך שוין מערערע מאל אז מ'האט זיך געטראפן צוזאמען, און זעלבסט-פארשטענדלעך אז אידן טרעפן זיך צוזאמען דעמאלט דארף מען דאך רעדן אין ענינים פון דעם אויבערשטנ'ס רייד, וואס דאס איז פסוקים פון תורה און מאמרים פון תורה שבעל-פה, ווי איר האט ערשט אויך גע'חזר'ט אין די סוועלף ענינים פסוקים פון תורה שבכתב, און מאמרי רזל פון תורה שבעל-פה, וואס דאס איז דאך די זעלבע לכאורה בא יעדער צוזאמענקומען זיך, זעט מען דאך אבער בפועל, אז אין דעם גופא איז דא אן א שיר מעגלעכקייטן וועגן וואס מ'זאל רעדן, ווארום סיי תורה-שבכתב און סיי תורה שבעל-פה איז דאך דאס געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן, וואס ער האט דאך ניט קיין באגרענצונגען, איז דערפון פארשטאנדיק, אז עס איז אויך ניט באגרעניצט, אז אפילו אז מ'ווייס אז ס'דארף זיין גערעדט דוקא פון זאכן וואס שטייט אין תורה שבכתב אדער תורה שבעל-פה, איז דא אין סוף און ענדלעכע מעגלעכקייטן אין וואס צו רעדן, וואס דערפאר דארף מען זיך משתדל זיין ביי יעדער מאל צוזאמענטרעפן זיך, אין צוגאב וואס מ'חזר'ט איבער די צוועלף פסוקים די זעלבע מאמרים ופסוקים יעדער מאל, אלס א יסוד און א גרונט, איז מען אויך מוסיף א נייע זאך, וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם נייען צוזאמענקומען זיך, און מ'זוכט א מעגלעכקייט דאס צו פארבינדן אויך מיט דעם זמן און מיט דער צייט ווען מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן נאכאמאל, וואס יעדער צייט און צו יעדער צייט איז דאך יעדערער פון אייך, בתוך כלל ישראל, סיי אינגעלעך סיי מיידעלעך, סיי די עלטערן וואס האבן זיי מחנך געווען און ערצויגן אין דעם וועג,
- proofread
- 0