עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-t1xx44d6

kind
paragraph
order
Tq
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
על דרך זה אויך בזמננו אלו, וואס אף על פי וואס מ'ווייס, אז יעדער אידישע פרוי און אידישע מיידעלע האט זיי מקיים די מצוה פון נר של שבת אין א נר וואס האט אין זיך א שיעור, אבער ברוחניות מאכט דאס ליכטיק די הויז, אדער דעם צימער וואו זי צינט-אן די ליכט, ביז וואנענט ס'וועט קומען, זי וועט באקומען די צווייטע געלעגנהייט נאך דערויף אויף אנצונדן פון דאס ניי א נייע ליכט מיט א נייע ליכטיקייט וכו', וואס דאס ברענגט אויך די ליכטיקייט אין אלע ענינים, אן אמת'ע ליכטיקייט, וואס דאס איז דאך פארבונדן דעמאלט ווען מ'האט ניט קיין ענינים פון דאגות חס ושלום, ווארום דער אויבערשטער שענקט א רואיקן לעבן און א ליכטיקן לעבן און א אידישן לעבן אין אלע פרטים, און מ'איז נאכמערער מוסיף, אף על פי וואס שוין פון פריער איז דאס א ליכטיקער הויז, האט די פרוי אדער די מיידה די זכות מיוחדה, אז זי זאל מאכן נאכמער ליכטיקייט, און צוגעבן נאכמער אין דער אידישער ליכטיקייט און געטלעכער ליכטיקייט וואס איז דא שוין פון פריער אין דער הויז, זאל דאס צוגעגעבן ווארן, ביז וואנענט אז מ'זעט דאס אויך מיט איני
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions