Paragraph
Paragraph rh-t14c78y9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jmgp881s
- order
- R7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז דער אויבערשטער שפייזט יעדער אידן, ובפרט די גאנצע וועלט, בטובו בחן ובחסד וברחמים. איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'קומט דאס פון דעם אויבערשטנ'ס טוב און פון דעם אויבערשטנ'ס חסד, באקומט מען גלייך אין א שבת'דיקן אופן, ווי דערמאנט פריער, אז דאס ווערט גלייך אין דער התחלה פון פארהייערטן לעבן, ווערט גלייך די התחלה אין א שבת'דיקן אופן וואס דעמאלט האט מען דאך בשר שמן ויין ישן די בעסטע און געזינצטע זאכן בהנוגע צו עסן און טרינקען אין גשמיות'דיקן זין, עאכו כמה וכמה זיכער אזוי אין רוחניות'דיקן זין, אין דעם רוחניות'דיקן לעבן פון יעדער אידישער הויז, וואס ווי דערמאנט פריער הענגט דאס אפ אן יסוד שביסוד און דער עקרת הבית, אף דער חינוך לויט דעם חינוך וואס זי איז באקומען נאך זייענדיק א מיידל אין דער הויז פון איר מוטער, אדער אויך מיט דער הילף פון דער באבע וואס איז געבענטשט געווארן אין אריכות ימים בשנים טובות-באקומט מען אלץ אין דעם מאקסימום פון הייליקייט, און מאקסימום פון אידישקייט, און מאקסימום אויך פון הרחבה ברוחניות, במילא
- proofread
- 0