Paragraph
Paragraph rh-sx37ak8b
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-b14y1gj2
- order
- NF
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואקסענע און ביז גאר עלטערע אידן גרייטן זיך, אז ס'וועט זיין כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, אז פונקט אזוי ווי דעמאלט האט דער אויבערשטער ארויסגענומען אידן, און יעדער אידן און אלע אידן, קיין איין און איינציקער איד איז ניט געבליבן אין גלות, אזוי אויך אין דער איצטיקער גאולה וואס קומט תיכף ומיד ממש, ער אויך אין א ניסים'דיקן אופן אראנו נפלאות ארויסנעמען יעדערן פון אונז בתוך כלל ישראל, און ס'וועט זיין נפלאות בכל, אז מ'וועט זען אויבערשטנ'ס ניסים אין אלע זאכן, און ווי דער לשון אין ברכת המזון איז דאך, אז בכל גייט צוזאמען מיט בכל מקול קול אלע זאכן און אלע עצל זאכן און איינצלהייטן פון יעדער זאך, איז די אלע צוזאמען ווערן צוזאמענגעקליבן און ארויסגענומען דורך דעם אויבערשטן אליין, און יעדער איר במיוחד ארויסגענומען פון דעם אויבערשטן, און ארויסגעקליבן אתם תלוקטו לאחד אחד בית ישראל אז דער אויבערשטער אליין קלייבט ארויס יעדער אידן פון גלות, און קלייבט אים ארויס מיט אלע
- proofread
- 0