Paragraph
Paragraph rh-sv3w111n
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6sy56fsj
- order
- 5u
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אפילו קינדער, איז דאך מנהג ישראל תורה הוא, אז מ'הויבט אן דעם טאג פון מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך אז מ'הויבט אן מיט א דאנק צו דעם אויבערשטן, וואס ער האט צוריק אומגעקערט די נשמה, און אומגעקערט אין א שטארקן אופן, אין אן אפגעפרישטן אופן און אין א געזונטן אופן, אז ס'זאל זיין געזונטער טאג אין אלע הינזיכטן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און נאך מערער האט דאס אומגעקערט בחמלה רבה, במילא אז דער אויבערשטער אפילו איז סתם חמלה פון דעם אויבערשטן, איז דאך שוין פארשטאנדיק, אז מ'האט אלע ענינים צו וועלכע מ'דארף אנקומען, בידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, בשעת דערצו זאגט נאך דער אויבערשטער, אז ער גיט בחמלה רבה גיט דער אויבערשטער אויך אט די זאכן וואס לכאורה פילט ער נאך ניט קיין נויטיקייט אין דעם, און נאכמערער, ס'קען גאר זיין אז לויט זיין מעמד ומצב בהוה, אין דער איצטיקער צייט, דארף ער גאר ניט צו ניט אנקומען, ווי מ'זעט דאס אויך בא געשעפט מענטשן במיוחד, אז ס'איז דא אזא מעמד ומצב, אז וויפל מעגלעכקייט דער אויבערשטער האט אים
- proofread
- 0