English
ספרייה
kind
paragraph
order
PB
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז אהרן הכהן האט געהאלטן אין אין חזר'ן די הלכות וואס זיינען פארבונדן מיט כהונה, און פארבונדן מיט כהונה גדולה במיוחד, ווי מ'זעט דאס אז בנוגע צו יום הכיפורים, וואס דערנאך ווערט דאס נתגלה כל הענינים ביום חגנו האט מען געדארפט האבן זיבן טעג מפרישין אותו מביתו, און די אלע זיבן טעג אין אווירין לפניו פארשידענע בהמות, כדי ער זאל צוגעוואוינען זיך און איינגעוואוינען זיך וכו מיט די אלע ענינים, כדי ער זאל זיין דערנאך גרייט ביום הכיפורים דארף ער האבן סיבן טעג הכנה, אויף אן ענין וואס ער איז געווען צדיקים בכהנים גדולים כשרים, האבן זיך מאריך ימים געווען, ווי די גמרא זאגט אין יומא, און אף על פי כן איז בכל שנה ושנה איז מעוירין לפניו, אף על פי וואס ס'איז דאך אויך באמצע השנה איז דאך דער דין, אז אזוי איז דאך א כהן איז עובד ווען ס'קומט זיין משמרה, מיט אן אויסנאם דער כהן גדול. כהן גדול, ווען ער קומט אין בית-המקדש אדער משכן און וויל האבן אן עבודה איז אט דעמאלט קיין אונטערשייד ניט צי וועלכע משמרה איז, ער האט קיין שייכות ניט צי משמרות וכיוצא בזה, איז ער איז עובד עבודתו, וויבאלד אז דאס איז דער כהן גדול.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים