transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1לאחרי הפתיחה כציווי התורה, ביתכין בברכה, ווי תורה הויבט זיך אויך אן מיט א בי'ז, וואס דאס איז דאך מצד דעם טעם ווי ער זאגט אין זהר, אז דאס איז ראשי-תיבות'ברכה, און דערנאך איז אסתכל באורייתא, און בנוגע צו בר-נעש צו יעדער אידן דארף אויך זיין אסתכל באורייתא וקיים עלמא דער דערויף ברענגט ער אריין קיום אין זיין עולם קטן, ביז אויך אין עולם כפשוטו, כמדובר כמה פעמים, איז אויך אין דער זעלבער דער אסתכל איז דאך דאס דער כוונה-כדי ס'זאל זיין והלכתא בדרכיו מה הוא אף עתה, על אחת כמה וכמה א הוראה וואס שטייט בפירוש אין תורה, וואס תורה איז דאך בפירושם ניט נאר צוזאמען מיט תורה שבעל-פה, איז א הוראה וואס שטייט בפירוש אין תורה שבעל-פה, איז דאך בפשטות הכי גדולה דער ענין וואס זי זאגט-אן, און בנוגע לעניננו דער ענין פון פותחין בברכה.
¶2וכמדובר כמה פעמים, אז אף על פי אז דאס איז דאך א ציווי כללי אויף כל ענינים שיש בהם פתיחה, ס'זאל זיין פותחין בברכה, זעט מען דאך אויך בפשטות, אז כדי די ברכה זאל האבן א געשמאק, און א חידוש, און א ברכה מיט אלע שלימות'ן, ביז אויך א ברכה תמימה-דארף דאס זיין אן ענין וואס יש בו איזו חידוש על דרך אויך ווי מ'זאגט בנוגע צו אושפיזין, איז אף על פי וואס ס'איז די זעלבע אושפיזין זיינען נוכח בכל יום ויום פון שבעת ימי הסוכות, סיי די שבעה אושפיזין פון זהר, סיי די שבעה אושפיזין בפנימיות התורה, ווי נשיא דורנו האט מגלה געווען, אף על פי כן איז דאך אויך דא דער שינוי אויף ווער ס'קומט אלץ אשתר, וואס אף על פי וואס בכל יום ויום זיינען דא די אלע זיבן אדער די אלע פערצן, כמוזכר לעיל, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'גייט נאך דער פתיחה, וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די הסברות אין פותחים בברכה, אז בשעת מ'הויבט אן מיט א ברכה איז דערנאך פונקט אראפ א ברכה בכל הענינים וועלכע קומען לאחרי הפתיחה, קומט אויך אריין פון דער ברכה, ביז אויך אין פירות אין, ופירות פירות אין, פונדעסטוועגן זוכט מען דאך א שינוי כדי ס'זאל זיין א חידוש, און במילא וועט אויך צוקומען סיי אין דער ברכה והמשכה, עאכו כמה וכמה בנוגע לשמחה, וואס דארט איז דאך פנים חדשות אן ענין עיקרי, וואס מ'געפינט דאס ניט בנוגע לברכה,
¶3ווי מ'זעט דאס אויך פון דעם זעלבן דין, אז אף על פי וואס בהנוגע צו שבע ברכות, וואס דאס איז דאך אן אויסנאם אין ברכות, דארף מען האבן פנים חדשות, אבער בהנוגע לכמה ברכות וואס זיינען אויך פארבונדן מיט שמחת נישואין וכו איז דארט איז פנים חדשות ניט משנה, על אחת כמה וכמה אז דאס איז ניט מעקריב, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות. אף על פי כן, כמדובר, זוכט מען דאך א חידוש, על דרך ווי דערמאנט בנוגע לזמננו זה, וואס דאס איז דאך א שנת העיבור וואס זי איז אויסגעטיילט אין תורה שבכתב, אין איר נאמען, שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, זאגט תורה שבעל-פה, וואס דאס איז דער פירוש פון תורה שבכתב, אז דאס וואס שטייט אין תורה שבכתב שנה תמימה מיינט מען דאס א שנת העיבור, וואס דעמאלט איז דאס אן ענין של תמימה.
¶4על דרך זה אויך פארשטאנדיק בהנוגע צו תורת הוי'תמימה, ועל דרך זה אויך פארשטאנדיק בא שאר הענינים, לשון קודש, וואס זי גיט דאך ארויס אמיתיות הענינים, ניט א לשון את קמי, ווי ס'שטייט דאך דער חידוש וואס איז אזוי דער אויפטו וואס מ'האט געגעבן א נאמען, און דאס איז חכמתו של אדם הראשון, ס'איז דאך דא האזויינע וואס האבן קיין שייכות ניט צו חכמה ודעת, און קלייבן זיך צוזאמען, און זיי זיינען מחליט, אז מ'זאל געבן א נאמען לענין פלוני בשם פלוני. נאר וואס דען? דאס איז דער אויפטו פון דעם לשון, וואס בשעת מ'גיט א נאמען אין דעם לשון-איז דאס א לשון הקודש גיט ער ארויס די קדושה שבדבר, די אמיתיות שבדבר, במילא מוז דאס מתאים זיין בשמו אשר יקראו לו בלשון הקודש מוז דאס מתאים-זיין מיט דעם ענין אויף וועלכן דער נאמען איז חל, במילא איז דאס געווען דער אויספרואו בהנוגע צו אדם הראשון, און מ'האט געזען, אז דער גאנצער שכל, בדעת וואס ס'איז דא במלאכים, ובפרט נאך ווי דער רמב איז מאריך בארוכה אין הלכות יסודי התורה, ווי אזוי ס'איז דא שכרין זה למעלה מזה, ביז די צענטע דרגא אין
¶5מלאכים אלו האט מען געקענט ארויסגעפירן דעם שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, אמיתית השם, און מ'האט געדארפט דוקא אנקומען צו דעם, וואס ווי ער זאגט דער לשון בזה, אז חכמתו גדולו ידולו משלכם. וואס דאס גופא איז דאך מדגיש, אז ס'איז דא מיט וואס צו פארגלייכן. מ'פארגלייכט מ'זאגט דאך ניט אז חכמתו גדול פון סתם א חכמה קטנה, אדער האט מען נאך פחות מזה וויבאלד אז מ'וויל מגדיל זיין זיין חכמה און מ'זאגט דאס אז גדולה משלכם דאס גופא איז מדגיש, אז חכמה שלהם פון די מלאכים איז אן ענין הכי גדול, ובפרט כמבואר אין רמב בם, און אף על פי כן דערפאר איז חכמתו נגדולה משלכם על דרך זה אויך פארשטאנדיק בשעת מ'זאגט דעם ווארט, דעם נאמען, תמימה דארף מען דאס אויך ארויסגעבן, אז די זאך איז א תמים. אף על פי כן זאגט מען, ווי דערמאנט פון לקוטי תורה, אז ס'קען זיין מלכתחילה אן ענין פון תמימה, און דערנאך איז חטא ופגם ועבר את הדרך ווערט א פגם, און דערנאך, על ידי התשובה, ווערט דער ענין ווייטער תמים, און ניט נאר תמים ווי געווען, נאר אדרבא ווי תשובה טוט-אויף א נייע מציאות, בפרט נאך אז תשובה תמימה תשובה שלימה טוט-אויף א נייע מציאות, א מציאות גאר שלא בערך, צו מציאות הקודמת. ועל דרך זה אויך בהנוגע צו די אושפיזין, אז אף על פי וואס מ'זאגט אז ס'איז די זעלבע פערצן מענטשן, סיי בנוגע צו ערשטן טאג סוכות, ועל דרך זה בכל שבעת ימי הסוכות אלץ די זעלבע פערצן מענטשן, אף על פי כן, וויבאלד אז מ'זאגט אז דאס זיין חלוקים בקרבנותיהם על אחת כמה וכמה אז דאס דארף זיין חלוקים מיט די אורחים וואס מ'לאדט-איין, וואס ס'דארף פארשטאנדיק אז די קרבנות האבן א שייכות דער שולחנו של אדם דארף דאך זיין בדובה צו מזבח של
¶6הקב'ה בקרבנות פון דעם מזבח לחמו לאישי במילא איז אויך פארשטאנדיק אז חלוקים בקרבנותיהם מאכט דאס אויך א חילוק אין די אורחים, און דאס הייסט, אז אף על פי אז דאס איז די זעלבע אורחים, איז אינו דומה ווי דער זעלבער אורח שטייט ביום ראשון של סוכות, ולאו דוקא דער וואס דער שינוי איז במעמדו ומצבו, צי איז ער דער ראשון אדער ניט דער ראשון, נאר ס'איז אויך א שינוי במעמדו ומצבו אויך אין די שפעטערדיקע ענינים, אז אויב ער ווערט במקום ראשון שני ווערט דאס שני שלו א שלישי, משא'כ אויב ער ווערט שן שני ווערט דאס שני שלו נאך מיט איין דרגא ווייטער, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז דאס וואס מ'זאגט אז בימון איז דאס ניט דער פשטאפט אז ס'איז מערניט וואס ס'איז א חילוק אין מקום, נאר דאס מאכט אויך א שינוי אין די אלע פערצן אנשים, אף על פי וואס זיי זיינען שוין נשמות למעלה מגופים, ולאחרי העבודה, און שלימות העבודה בגופים, וואס דאס רעדט זיך דאך וועגן אושפיזין צדיקים וקדושים, איז דאך א זיכערע זאך, עבודתם אשר עבדו כל ימי חייהם האבן זיי ממלא-געווען די עלי'וואס צוליב דערויף איז געווען די ירידה, און וויבאלד אז די ירידה בא זיי איז שלא בערך, איז דאך פארשטאנדיק, אז די עלי'שלהם שלא בערך, און מ'זאגט אין דערויף גופא איז אויך דא א שינוי אין די זעלבע פערצן מענטשן, ווי זיי שטייען ביום ראשון אדער ביום שני וכו ביז דעם זיבעטן טאג פון סוכות. וואס מ'ווייס ניט, ס'איז ניטא קיין בירור בזה ברור בהנוגע ווי איז זייער ענין ומעמד ומצב אין ביום השמיני, ס'האט קיין ארט ניט צו זאגן, אז אלע זיבן טעג וועט מען האבן די פערצן אורחים, און דערנאך וועט קומען א שמיני עצרת, וואס דעמאלט דארף דאס כולל זיין כל הענינים, איז אט דעמאלט האט מען ניט די אורחים, ס'איז אינגאנצן היפך השכל
¶7אנושי על אחת כמה וכמה היפך ההסברה אין קדושי, אז מ'האט אלע פערצן אורחים, און מ'האט זיי מערניט ווי די זיבן טעג, און דערנאך ניט וואס חס ושלום צו זאגן אזוי. אדרבא דעמאלט דארף זיין די כל הענינים באופן של קליטה. און אט דעמאלט ווערט דאך אויך די שאלה, וויבאלד אז דאס איז כולל אלע שבעה ימים שלפני זה, וואס דערפאר איז דאך דאס די עצרת וקליטה פון כל שיבת הימים, ווי שטייען דארטן די שבעה אושפיזין פון זהר און די שבעה אושפיזין פון פנימיות התורה, ווי געציילט דורך נשיא דורנו, וכמוזכר כמה פעמים, מ'האט זיך מזכירין חברון כדי להזכיר זכות אבות, איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'דארף מזכיר-זיין ניט נאר דער מספר אז דאס איז שבעה אדער יו ד', נאר אויך מזכיר זיין פונקט ווי דעמאלט איז מען מזכיר דעם ווארט חברון על דרך זה ניט מ'זאגט בדרום אדער בנגב אדער כיוצא בזה, על דרך זה דא איז אויך ניט כדאי יוצא-זיין דערמיט וואס מ'איז מזכיר דעם מספר, נאר אויך דערמאנען זיי בשם, ווי ס'שטייט די שמות בגלוי, אויך סיי אין פרימיות התורה סיי אין זהר, איז אברהם יצחק ויעקב ומשה ואהרן ויוסף ודוד, וואס דאס איז לפי רוב הגירסות, לפי המסקנה, אף על פי וואס ס'איז דאך דא א דיעה ברגעות ויוסף'ן, צי ער קומט גלייך נאך יעקב און צי ער קומט במקומו, ווי דערמאנט פריער. ועל דרך זה אין די חסיד'ישע אושפיזין דער ברשם-טוב און דער מגיד און דער אלטער רבי און דער מיטעלער רבי און צמח צדק
¶8און דער רבי מהרש און דער רבי נשמתו עדן, און דערנאך די שמיני עצרת שבכל עניני אלו, דער נשיא השמיני, וואס דאס איז דער רבי דער שווער, נשיא דורנו, וואס הנשיא הוא הכל. וואס דאס האט דער זכות פון דעם דור. וואס אף על פי וואס מ'זאגט דאך אז אכשור דור איז ביטן איר און אז מ'דערציילט א סיפור והוראה זאגט מען, אז אזוי האט זיך געפירט די אלטן רבית החסיד, אדער מיטעלן רבית החסיד, כדי להדגיש, אז דאס איז אן ענין הכי נעלה, און אף על פי כן, וויבאלד אז מ'האט דאס מפרסם געווען, איז א סימן אז דאס איז שייך אויך צו דעם צו וועמען דער פיסן מ'איז דערגאנגען, כמובן על פי הוראת הבעל שם טוב, אז פון יעדער זאך וענין וואס א איד הערט אדער זעט, איז דא אין דערויף, במילא דארף ער דערויף אויסגעפינען א הוראה בנוגע לעבודתו לקונו, כמדובר כמה פעמים. וואס דער אושפיזין פון היינטי-חסיד'ישע אושפיזין און דער פון זהר פון היינטיקער מעת-לעת, אנהויבנדיק פון היינטיקער נאכט, איז דאך דער ענין, ווי ער האט אראפגעבראכט און שוין גערעדט בארוכה בשנים שלפני זה, אהרן הכהן און דער צמח צדק.
¶9במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'מוז זיין אן ענין המשותף אין די ביידע, צווישן זיי ביידן, ועד כדי כך, אז דאס זאל קענען זיין פארשטאנדיק פאר אנשים ונשים וטף, פאר די אלע וואס דארפן פראווען די סוכות, און פראווען אין אן אופן פון ושמחת בחגיך וואס דעמאלט שטייט דאס וואס איז בכסר עד עוז, שטייט דאס דעמאלט בגלוי, ליום חגנו, די שבעת ימי הסוכות, מוז דאך זיין בגלוי א שייכות ביניהם, וביחד עם זה אויך, וויבאלד אז דאס איז צוויי, איז דאך פארשטאנדיק אז בזה, וואס ער איז מלמד און מוסיף אויף דעם ענין וואס מ'לערנט אפ פון דעם צווייטן וואס קומט אין דעם זעלבן מעת-לעת, וכיום בכל שבעת ימים אלו. וואס בפשטות, כאמור, אז ס'דארף זיין גלוי און מאיר לכל אחד ואחת מישראל, וויבאלד אז זיי אלע פראווען סוכות, בפרט נאך על פי ההדגשה, אז כל האדרך בישראל יושב בסוכות הראויים, כל ישראל יושב בסוכה אחת, און מ'איז מדגיש בזה, אז דאס מיינט מען, אז אלע אידן יעדער איד זיינען זיי בכח און פארטראגן די זעלבע סוכה, און די זעלבע סוכה איז נויטיק סיי פאר דעם גדול שבגדולים סיי פאר דעם קטן שבקטנים, און ס'איז דאך א דבר ברור אז דאס טוט-אויף אין דעם קטן שבקטנים איז דאך א דבר, ועד דרך זה איז אויך ברור, אז דאס טוט-אויף די זעלבע סוכה אין דעם גדול שבגדולים, ווארום דאס ווערט אנגערופן אשר יקראו לו בלשון הקודש בסוכה אחת, על דרך ווי דאס ווערט מודגש אין די ד'מינים וואס ס'איז דאך אויך מצוה מן המובחר, אז מ'זאל זיי פראווען מקיים-זיין מצות נטילת לולב בסוכה, איז דאך אויך דער ענין פון די ד'מינים, אז זיי דארפן דוקא זיין ד'מינים, נפרדים זה מסתיקים,
¶10זה, און ניט סתם נפרדים, נאר מן הקצה אל הקצה, פון אן ערבא שאין בה לא רעך ביז הלולא שיש לו טעם ורעך, מצד די פירות שבו, וביחד עם זה ווערט דאס א מצוה אחת, און ווי דער רמב אמ ברענגט ראיות אויף דערויפן, און מדגיש בזה, אז דאס איז לכאורה קען מען קאר זאגן אין פירוש הפשוט שבכתובים, אז דאס איז פיר באזונדערע מצוות, ווי דער לשון אין פסוק איז, אז ולקחת איז פריער דא דער ענין בנוגע צו כפות מרים און דערנאך שטייט באזונדער מיט אבא המוסיף, אדער ס'קען גאר זיין אבא המפסיק ופרי עץ האדר, און דערנאך בנוגע צו הדות אן אף הוצבות, און אויך ווערבן אחר. אף על פי כן ברענט ער ראיות, און הוכחות, אז זיי זיינען א מצוה אחת. על דרך זה איז אויך בנוגע צו תמימה, איז דאך דא אויך דער חידוש, לכאורה וויבאלד אז דאס איז געמאכט געווארן, אז כל הענינים על ידי תמים הוי איז וואס איז דאך דער חידוש וואס דער ענין איז תמים ובפרט נאך ווען ס'רעדט זיך וועגן חכמתו ורצונו, וואס דאס איז תורתו של הקב'ה, אדער וועגן מצוות שלו וכיוצא בזה, זאגט מען, אז אין דערויף איז אויך דא מן הקצה אל הקצה, אז בגלוי איז אין בו לא טעם ולא רעך און דאס איז יש בו טעם ואין רעך, און מ'דארף האבן דוקא אלע פיר צוזאמען, און דוקא דעמאלט ווערט דאס ניט מקיים בבת-אחת פיר מצוות, נאר מ'איז נאכמערער מדכיש-ער איז מקיים מערניט ווי איין מצוה.
¶11וכמדובר כמה פעמים די פרטי וענינים שבזה.
¶12מן הקצה אל הקצה, וואס אהרן כהן זאגט מען, אז דאס איז אהרן איז געווען א כהן גדול. וואס אין דערויף איז פארשטאנדיק ומוצגש בזרע הלכה, אויף וויפל ער דארף זיין מובדל ומופרש מכל העם כולו. ועד כדי כך, ווי דער רמב״ם ברענגט, אז ער דארף גאר לעבן שטענדיק דוקא אין ירושלים, כמבואר באחרירים דער מקור של וכו,' על אחת כמה וכמה אז ער דארף זיין נזהר מכל ענין של טומא, נאך מערער ווי א כהן דארף זיין נזהר, על אחת כמה וכמה שלא בערך ווי א לוי און א ישראל, לקרחה אשר בשעריך דארפן זיין נזהרים, ביחד עם זה זאגט מען, אז דוקא אהרן הכהן איז וואס איז באשטאנען זיין הלימוד, וואס ער ווערט דער מלמד כל ישראל כולו תורה עד סוף כל הדורות, זאגט ער אין מסכתא אבות, אז בשעת מ'וויל זיין תלמידה של אהרן הכהן, האט מען דאך געקענט זאגן, אז ער זאל לערנען די זעלבע הלכות וואס אהרן הכהן האט געלערנט.
¶13ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז אהרן הכהן האט געהאלטן אין אין חזר'ן די הלכות וואס זיינען פארבונדן מיט כהונה, און פארבונדן מיט כהונה גדולה במיוחד, ווי מ'זעט דאס אז בנוגע צו יום הכיפורים, וואס דערנאך ווערט דאס נתגלה כל הענינים ביום חגנו האט מען געדארפט האבן זיבן טעג מפרישין אותו מביתו, און די אלע זיבן טעג אין אווירין לפניו פארשידענע בהמות, כדי ער זאל צוגעוואוינען זיך און איינגעוואוינען זיך וכו מיט די אלע ענינים, כדי ער זאל זיין דערנאך גרייט ביום הכיפורים דארף ער האבן סיבן טעג הכנה, אויף אן ענין וואס ער איז געווען צדיקים בכהנים גדולים כשרים, האבן זיך מאריך ימים געווען, ווי די גמרא זאגט אין יומא, און אף על פי כן איז בכל שנה ושנה איז מעוירין לפניו, אף על פי וואס ס'איז דאך אויך באמצע השנה איז דאך דער דין, אז אזוי איז דאך א כהן איז עובד ווען ס'קומט זיין משמרה, מיט אן אויסנאם דער כהן גדול. כהן גדול, ווען ער קומט אין בית-המקדש אדער משכן און וויל האבן אן עבודה איז אט דעמאלט קיין אונטערשייד ניט צי וועלכע משמרה איז, ער האט קיין שייכות ניט צי משמרות וכיוצא בזה, איז ער איז עובד עבודתו, וויבאלד אז דאס איז דער כהן גדול.
¶14ביחד עם זה זאגט מען, אין וואס באשטייט און דורך וואס ווערט מען א תלמידו של אהרן? איז קען ער לערנען און ווערן א בקע אין הלכות כהונה גדולה, און קען ווערן א בקע אין גאנץ סדר קדשים, און קען ווערן אויך א בקע ניט נאר אין דעם לימוד שלהם, נאר אויך לערנען א סוכת שמעתת אליבא דהלכתא, ווי אזוי מ'דארף בויען דעם מקדש, און ווי אזוי מ'דארף בויען דעם קודש הקדשים, און ווי אזוי מ'דארף זיך פירן במקומות אלו, און ביט אלע פרטים ופרטים, ביז ס'איז נוגע במעשה. זאגט אבער די משנה, אז ווי אזוי ווערט מען תלמידיו של אהרן הכהן איז דאס דורך דערויף וואס מאויב שלום ורודף שלום, מאויב את הברית ומקרבן לתורה פון אלע סוגים-מענטשן וואס מ'קלייבט דעאות, און ווי דערמאנט, דערמאנט מען מערניט ווי איין און איינציקן סוג, און וועלכן סוג? וואס ער איז בתכלית א היפך פון אהרן הכהן. אהרן הכהן איז געווען דער אחת בתוך בני ישראל לכהן גדול, צווישן כהנים, וואס זיי זיינען דאך וקידשתו לגבי לויים, על אחת כמה וכמה לגבי ישראלים, על אחת כמה וכמה לגבי גור, אשר בשעריך און ביחד עם זה זאגט מען, דורך וואס ווערט מען תלמידיו של אהרן איז דאס דורך דערויף וואס ער איז פון אלע סוגע אידן איז ער מקרב את הבריות. און ווי דער אלטער רבי איז דאך מסביר, וואס דאס קלאקט מען דוקא אויס דעם לשון בריות ווארום די איינציקע מעלה וואס ער האט איז אט דאס וואס ער האט אן אומאנען שעתני ער איז דאך אזא זאך וואס דער אויבערשטער האט אים בורא געווען.
¶15אז דאס איז די איינציקע מעלה וואס תורה געפינט אויף אים, און אין דערויף באשטייט דער סימן פון תלמידיו של אהרן. וואס דאס איז מדגיש דעם ענין ווי אזוי אהרן איז דאס איז געווען אן עיקר הכי גדול בתורתו, וואס בא צדיקים איז דאך תורתם איז אנא נפשי כתבית יהבית אט דאס איז זייער אמיתית המציאות, איז ווי אזוי ווערט מען תלמידו של אהרן? איז דאס דורך דערויף וואס ער פארנעמט זיך און גיט זיך אפ מיט בריות, ווי דער פירוש אין תניא פרק לב, וכמדובר כמה פעמים האט דאס אויך א שייכות צו שמחת בית השואבה, וואס אין שמחת בית השואבה געפינט מען אויך דעם דבר והיפוכו, ון אין איין זייט, דערציילט די גמרא, אז דער לא הכל שמחים נאר מערניט ווי חסידים ואנשי מעשה, וואס דאס איז דאך די צוויי הראשית און די צוויי הכי חשובים בנוגע צו שכל און בנוגע צו מעשה, בנוגע צו תורה, און בנוגע צו מצוות, וואס דאס איז ענינים בנוגע צו תורה און בנוגע צו מצוות, וואס דארט האט מען אין תורה ווי תורה שטייט לפני משורת הדין, במילא איז דאך וואס טאקע שורת הדין, אבער דאס איז לפני משורת הדין, וואס דאס איז דער ענין פון חסידים, און דערנאך איז די צווייטע סוג וואס זיי ווערן אנגערופן בשם איין שמעשה, און מערניט ווי זיי האבן גענומען איינטייל, אף על פי כן דארף מען אלע נעמען איינטייל, ווען נפקא מינה איז נאר, אז דער איז רואה ומביט, און דער איז מדליק די מנורות מיט די פתילין, מיט די אלע ענינים וואס דאס האבן געטאן פירחי כה קטנים שבכבונה, וכמדובר כמה פעמים ווי אזוי אין שמחת בית השואבה איז אויך דא דער מן הקצה אל הקצה. וואס על פי זה דארף מען האבן א ביאור וואס מ'זאגט אז תורת הוי'תמימה, דערנאך זאגט דער אושפיז פון היינטיקן מעתלעזט, אנהויבנדיק פון דערנאך דער צמח צדק, איז מסביר אויפן שיעור פון דעם טאג,
¶16פון דעם טאג, וואס דארט שטייט דאך דער פסוק, כאשריכם ישראל ברענגט ער אויף דערויף אראפ דעם מדרש, וואס ער זאגט אין מדרש, אז אשריכם ישראל איז דאך דאס דער סיום פון ברכת משה, ובמה שסיום משה איז פתח דוד, און דערפאר איז אויך, אז דוד האט געדארפט שרייבן ספר תהלים שלו, זאגן ספר תהלים שלו, איז פתח במדת סיום משה, משה האט מסיים-געווען מיט אשריך ישראל דערפאר האט דוד אנגעהויבן זיין סופר מיט אשר האיש אשר.. וואס סיי אשר און דערנאך אויך דער אשר איז דאך ביידע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן, האבן א שייכות מיט אשריך. וואס אט דא ווערט דאך די שאלה, בשעת מ'זאגט תמימה, תורת הוי'תמימה לכל לראש מיינט מען דאך תורת משה, מיינט מען דאך ניט סתם אז דארט פעלט ניט קיין ענין ווי די גמרא זאגט בנוגע צו תורה ווי אזוי קען זיין אז מ'זאגט אז דאס האט פארענדיקט די ספר התורה און ס'פעלט דארט פסוקים, מוז מען זאגן אז ס'איז געווען אלע פסוקי התורה, במילא ווערט דאס אנגערופן אז זי איז אינה חסרה און דערנאך זאגט מען נאך מערער, אז תורת הוי'תמימה וויבאלד אז מ'זאגט אז דאס איז תמימה, לאחרי זה זאגט מען, אז במה דער סיום איז דא דערנאך איז פתח דוד, און ס'איז דאך א זיכערע זאך דאס ווערט נקרא על שם דוד, איז דאך א סימן, אז דאס איז תורתו, און מ'קען דאך ניט זאגן, אז דוד האט מערניט ווי גע'חזר'ט מערניט ווי אט די זאכן וואס ס'שטייט אין תורת משה ויט. דער מדרש אליין איז מדגיש, אז ניט ער זאגט מערניט ווי דעם סיום פון משה, ער נאר, אז דאס וואס משה האט מסיים געווען האט ער דערמיט אנגעהויבן, אבער דערנאך גייט ספרו של דוד מלכא משיחא. ווערט דאך אויף דערויף די שאלה, ווי אזוי קען מען זאגן, אז תורת הוי'תמימה וואס דער פירוש אין מקרא יוצא מידי פשוטו מיינט מען דאס תורת משה, על אחת כמה וכמה ווי ער טייטשט דאס אפ אין מדרש תהלים אויף א קאפיטל פון ספרו של דוד,
¶17תמיד, וואס דארטן שטייט דער תורת הוי'תמימה אז דאס גייט אויף די פינף חומשים, און לאחרי זה זאגט מען, אז במה דער סיום איז פסח, מ'קען ניט זאגן, אז ער האט מערניט געטאן וואס דאס וואס ער האט מסיים געווען, האט ער דאס גע'חזר'ט, און דערנאך איז דערביי געבליבן חס ושנו צו זאגן אזוי, ס'איז דא כ'ד'כתבי קודש, על אחת כמה וכמה ספר תהלים וואס די חמשה ספרי תהלים זיינען דאך מכוון כנגד חמשה חומשי תורה, און מכוון איז דאך אויך דארף דאך זיין א מכוון בכל הענינים, במילא פונקט אזוי ווי וואס תורת משה איז א חידוש הכי גדול על דרך זה מוז אויך זיין, אויב דאס איז מכוון כנגד חמשה חומשי תורה דארף זיין אין תהלים אויך מכוון אויך אין דעם ענין, בפרט נאך אז דאס איז אן ענין הכי עיקריי. און וויבאלד אז דוד האט מוסיף געווען, אז ס'איז טאקע דא וואס סיום משה און דערנאך קומט דוד און הויבט אן בא מדות סיום און דערנאך גייט אוועק הונדערט און פופציק קאפיטלען איז דאך פארשטאנדיק, אז דארט איז א חידוש הכי גדול, און א חידוש וואס האט א שייכות צו דעם סיום, ווארום ער האט א שייכות צו דער פתיחה, וואס דאס ווערט אנגערופן די פתיחה פון די אלע הונדערט און פופציק קאפיטלן, און די פתיחה איז גענומען געווארן פון דעם סיום, און דער סיום איז גענומען געווארן פון די ראשית פון סוף ספרי משה, וואס דערפאר זאגט מען דאך אויך, אז ראשית איז פארבונדן נעוץ סופן בתחילתן און תפילתן בסופן, וואס דרך אגב איז מען אויך ניט מבחין אלע
¶18אז דער נעוץ סופן בתכלתן ותכלתן בסופן האט אין זיך צוויי אופנים, וואס די צוויי אופנים זיינען גאר אינגאנצן חלוקים זה מזה. בשעת מ'זאגט אין ספר יצירה נעוץ סופן בתכלתן ותכלתן בסופן איז דער פירוש הפשוט, ווי ס'איז שייך זאגן פשט אין ספר יצירה, מיינט מען דאס אויף דער ספירה האחרונה איז אין נעוץ בתכלתן בספירה הראשונה פון די עשר ספירות וואס ווערן גערעכנט אין ספר יציאת, דערנאך איז דא נעוץ סופן בתחילתן ותחילתן בסופן ווי מ'זאגט דאס אין דעם ענין בנוגע במדרש, סיים משה האט אנגעהויבן דוד, וואס דארט מיינט מען ניט דעם נעוץ סופן תחילתן בסופן וסופן בתחילתן בנוגע צו בראשית דארט מיינט מען, ווי דער מדרש טייטשט אליין אפ, אז דאס מיינט מען דעם אשרי האיש וואס שטייט אין ספר התהילים, וואס דאס איז די צוויי פירושים בזה. וואס יש לומר, אז וויבאלד אז זיי גייען אריין אין דעם זעלבן צירוף תיבות מוז מען האבן צוויסן שריך א שייכות, וואס דערנאך סופן בתחילתן און תחילתן בסופן וואס משה רבינו האט מסיים געווען מיט אשרי און דוד המלך הויבט אן מיט אשרי האיש האט דאס אויך א שייכות מיט תחילתן פון ספרי משה, וואס ספרי משה הויבן זיך אן כאמור אין זייער נעוץ סופן בתחילתן מיטן ווארט בראשית וואס דער ווארט בראשית איז כולל אין זיך דער ווארט אשרי האיש און אויך כולל אין זיך דעם ווארט אשר להלך מיט כמה וכמה ענינים משותפים, וואס ס'איז דא צווישן די התחלה דעם ראשם פון ספר התהלים, מיטן ראשם פון ספר התהלים, ובפרט ספר ראשון שבתהלים, אויף וועלכן מ'זאגט, אז ער איז מכוון כנגד ספר ראשון שבחמשה חומשי תורה, וואס דאס איז ספר בראשית. וואס דאס איז דער מאמר המוסגר. אט דאס וואס דארף זיך אבער האבן א ביאור, כאמור, ווי אזוי זאגט מען, אז תורת הוי'איז
¶19תמימה בשעת גלייך נאך דערויף קומט דער ענין פון דער מדרש, אז דערנאך קומט ערשט א סיומה פון משה רבינו, פון דער תורה תמימה, וואס דערפון ווערט א פתיחה, וואס נאך דער פתיחה קומען נאך ענינים אויף וועלכע מ'דארף האבן הונדערט און פופציק קאפיטלן אויף זיי איבערגעבן, איז דאך דאס גופא פארשטאנדיק און די שייכות צו שנת העיבור, וואס זי ווערט דאך אויך אנגערופן אשר יקראו לו בלשון הקודש שנה תמימה, וואס כמדובר, אז שנה תמימה פון שנת העיבור האט דאך אין זיך ביידע ענינים-זי איז משלים את החסר, וביחד עם זה האט זי נאך מערער וויפל דער חסר האט, און ס'קומט ארויס בהוספה על ההשלמה-קומט נאך ארויס א דבר חדש וואס איז ניטא גאר אין שנות החמה, ביז בפשטות א מספר ימים וואס איז ניטא אין שנת החמה. וואס דאס איז די ביידע ענינים וואס ס'איז דא אין תמימה, ווי ער ברענגט דאס אראפ אין לקוטי תורה אין דעם זעלבן המשך, אז ס'איז דא ווי תמימה איז קודם עשיית התשובה איז דאס אויך א מצוה, און ס'איז דא צווישן אלע מצוות אויך א מצוה פון תשובה, סדר אין מנין המצוות, ואדרבא זי איז גאר ניט קיין מצוה ראשונה. מצוה ראשונה, וואס אויך ראשונה על פי התורה, וואס דאס איז דאך בדיוק, אין סדר אין מנין המצוות, ווי געבראכט פון דעם רמב'ם, ושאר מונה המצוות-איז ניט די מצוה פון לימוד התורה! דער מצוה פון ידיעת הוי'וכו,' כמדובר בארוכה כמה פעמים, ענין פון תמימה, וואס איז ניט דער פגם, במילא דארף זי האבן א תיקון לזה, וואס תיקון לכל הענינים איז פארבונדן מיט תשובה, און דורך דערויף ווערט דאס א תמימה אין תמימה עצמה ביתר שאת וביתר עוז, ביז א מציאות חדשה, וואס דערפאר, איז בשעת מ'זאגט, אז ס'איז דא די חמשה חומשי תורה
¶20און ס'איז דא דאך א מבשך ספרי תהלים יעדערער איז בפני עצמו, און דערנאך זאגט מען אז דאס איז כנגד, און מ'איז דאס מחבר, וואס יש לומר אז דאס איז איינע פון די טעמים וואס מ'איז דאס מחבר, דוקא בלילא הושענא רבה, ווען מ'דארף האבן הישועה הכי גדולה, ביז וואנענט אז דאס ווערט אנגערופן הושענא רבה, ביז וואנענט אז דאס קומט ארויס אויך בגלוי, אין כמות, אז מ'זאגט אלע הושענות וואס מ'זאגט אין זיבן באזונדערע טעג, זאגט מען זיי אלע בבת אחת ובהמשך אחד אין דעם יום פון הושענא רבה, אויך די הושענא וואס איז פארבונדן מיט הושענא רבה אלס א יום השביעי, כמדובר כמה פעמים. און אויף דערויף זאגט מען אויך, אז דעמאלט איז מען מחבר, און מ'זאגט דאס בהמשך אחד, חמשה חומשי תורה, און גלייך נאך דערויף די חמשה ספרי תידים, אפילו אז ס'איז דאך דא כמה קהילות בישראל וואס מ'איז מפסיק מיט א חילות טאפוח, מסיג בדבש, וואס מסיבות משונות האט מען דאס ניט אנגעהאלטן בכמה וכמה מדינות, וואשנט ס'איז געווען דער טעם, אז מ'דארף זיך מהדיר, אז מ'זאל עסן אפילו א טאפוח מסוג בדבש, אף על פי שיש בזה מצוה, זאל מען דאך אפהאלטן דערפון, וויבאלד אז דאס איז ניט ביסוקה, און מ'איז אנגענומען געווארן, נתפשט געווארן, בפרט אין חב אד, פונקט אזוי איז נתפשט געווארן די כולא אין ישנים ביסוקה אזוי איז נתפשט געווארן אויך די חומרא, בנוגע, אז אפילו טאפוח מסוג בדבש עסט ער אויך ניט מחוץ לסוקא. במילא איז מטריח זיין דעם גאנצן ציבור, מ'זאל מיטנעמען די תהלים'ס און מ'זאל אריבערגיין אין א סוקה, און ווער ווייס צי דאס איז די סוקה אחת וואס זיי קען ארייננעמען כל ישראל, ארייננעמען כל ישראל-אט די וואס געפינען זיך אין דעם בית-מדרש, על אחת כמה וכמה אז
¶21דעמאלט וועט דאך ווערן א נייע שקלא-וטריא, דאס איז דאך אלץ גבעים וואס זיי זיינען גבעים אין בית הכנסת, בשעת מ'גייט אריין זאגן תהלים אין א נייעם ארט, איז משנה מקום, משנה מזל, דארף מען אויספרועון דעם מזל פון יעדערן פון די אידן וואס געפינען זיך אין בית הכנסת, אז ס'קען גאר זיין, אז בשעת מ'טראגט אריבער דעם בית הכנסת, מיט אמירת אכילת טפח מסיג בדבש, מ'גייט אריבער אין בית-הכנסת דארף מען אויספילן די מזביל פון אלע איבעריקע אידן וואס געפינען זיך אין שול, אז ס'קען גאר זיין, אז דער גבאי וואס איז ראוי אין דער סוכה איז דאס דוקא ניט אט דער שוין דעם גבאי וואס ער איז א גבאי אין די בית-הכנסת וכו'וכו.' הנוגע לעניננו, וואס ס'פארבינדט זיך דאס, כאמור, מיט יעדער ענין, על אחת כמה וכמה, אין סוכה, מצוה וו אס זי איז דאך מאחד כל הענינים, כמוזכר לעיל אז דאס איז בפשטות מקריב כל הענינים הנמצאים בסוכה, און אויך די ד'מינים וואס זיינען אויך ענינים באופן כזה-זאגט מען אויך, אז מצוה מן המובחר, וואס דער פירוש הפשוט איז מצוה מן המובחר, אז ס'איז ניט א זייטיקע זאך, דורך דערויף וואס ער טוט דאס באופן כזה איז אט די זעלבע מצוה ווערט זי א נייע מצוה מן המובחד.
¶22וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך בהנוגע צו שמחת בית השואבה, אז אף על פי וואס מ'האט שוין געפראוועט שמחת בית השואבה בתמימות, מיט אלע פירושים וואס ס'איז דא אין תמימה, אויך לויט דעם פירוש וואס ס'איז דא אין תמימה לאחרי עשיית התשובה, ווארום ער האט שוין געלערנט דעם לקוטי תורה, און האט אים געלערנט מערער ווי איין מאל, און בפרט נאך אז מ'האט אים דערמאנט און מדגיש געווען, האט ער געטאן אינעווייניק, כדי צו זען, אפשר קען ער כאפן מן הגרייז, אז מ'האט עפעס ניט מדייק געווען אין לקוטי תורה, און שטייט גאר אין אן אנדער אופן, כמובן וכם פשוט צו וואס קנאת סופרים דקדושה קען מרבה חכמה זיין עד כדי כך, ביז וויינענט אז ער טוט-אויף א חכמה וואס ניט א תלמיד ותיק האט דאס אויפגעטאן, וכמדובר כמה פעמים, אז בנוגע לעניננו איז דאך שמחת פון בית השואבה, וואס ס'איז געווען א זיכער התמימה אין די ימים שלפני זה, גרייט מען זיך אריין, כאמור, אין די אושפיזין, וואס זיי זיינען דאך אורחים וואס קומען במציאות, ניט נאר אז זיי זאלן הנאה האבן, נאר ועוד ועיקר, אז כדי זיי זאלן קענען מהנה זיין אז פון זיי זאלן הנאה האבן, האט מען דעם אושפיז פון אהרן הכהן, וואס ער האט געמאכט א גאנצע תורה, און איז נקראת על שמו תלמידיו של אהרן הכהן, אז מ'זאל זיין מאוהב את הבריות וכו כמוזכר לעיל, במילא איז דאס מקשר מן הקצה אלא הקצה, און מאכט דערפון איין מציאות, מיט א הוראה עד סוף כל הדורות.
¶23ועד דרך זה אויך געפינט מען דאך, כמדובר כמה פעמים וכבר נצחת בנוגע צום צמח צדק, וואס אויך ענינו איז געווען, אז ער האט מאחד געווען די כל ישראל שבדורו, וואס ביז דעמאלט איז אנגעגאנגען א חילוקי דיעה צווישן כמה חוגים בישראל, ביז על אחת בעיקר ובנוגע צו ענין הצמצום וכו איז דערנאך איז געווען דער התאחדות דעמאלט בימיו עד כדי כך, ביז וואנענט אז דער וואס האט דעמאלט אנגעפירט מיט דעם חוג, וואס ביז דעמאלט איז ער געווען ניט מיט דעם חוג פון דעם צמח צדק, איז דערנאך ניט נאר געווארן שלימות בניהם, נאר דערנאך האט ער אליין מבאר געווען דעם ענין פון סוד הצמצום, אז דאס איז ניט כפשוטו, וואס דערפון, כאמור, האט זיך גאר אנגעהויבן די נקודה פון וועלכע דערנאך האבן אנדע דאס אויסגענוצט בנוגע אין אן אופן בלתי טוב, און ס'איז דערפון געווארן, אדרבא נאך שלימות הטוב, אז אויך אין יענע קרייזן איז אנגענומען געווארן א צמצום אינו כפשוטו, כמדובר כמה פעמים אין שנים שעברה. און ויהי רצון בנוגע צו מעשה בפועל, דער לימוד מכל זה, אז איד דארף וויסן זיין, אז א צמצום איז דא, והא ראי'אזוי שטייט אין עץ חיים, מער קיין ראיות דארף ער ניט האבן. דערנאך קומט צוגיין פירושים אין עץ חיים, פירושים אין תורה שבעל-פה, וואס ניתמור למשה מסיני אז דער צמצום איז דא, אבער דער צמצום איז ניט כפשוטו, וואס דאס איז דאך א דבר והיפוכו, אויב ס'דארף דאך זיין א צמצום, ער דארף דאך פועל זיין פעולתו, איז וואס זאגט מען אויף דערויף אז ניט כפשוטו?
¶24אז דוקא על ידי זה איז געווארן א גאנצע סדר השתלשלות, דארף מען אין דערויף אליין לערנען אין פשט, וכמדובר לעיל, אז פונקט אזוי ווי אין תמימה דארף אויך האבן א לימוד בזה, ווארום ס'קען זיין א תמימה און דערנאך זאל זיין אין דערויף א פגם, כאמור, אין יקוטי תורה, על דרך זה אויך אין פשט, וואס דאס איז עולם העשי,' לכל לראש איז דאס עולם העשי,' ווי דאס איז אין תורה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז כולו טוב יעדער ענין אין תורה, אפילו עושה והאמר בפרשה, איז אויך דער עושה והאמר בפרשה, על אחת כמה וכמה א גלייינצער אופן אין לימוד התורה ווי דער לימוד הפשט, וואס דארטן מיינט מען דאך לימוד הפשט כפשוטו, ווי א מלמד דרדיקער לערנט סוכי התורה מיט פירוש רשי בזה, פשוטו של מקרא, מיט א בן חמש של מקרא.- זאגט מען, אז דאס איז דער זעלבער חלק פון פשט רמז, דרוש סוד איז קומט דאס אויך אראפ אין דעם לימוד פון דעם למד דרדיקע בפשטות, מיט דעם דרדיקע ביז וואנענט א בן חמש, אדער נאך פאר דערויף, במנהג ישראל, אז מ'הויבט אן לערנען איינצעלנע ווערטער אדער איינצעלנע פסוקים וכו,' אויך נאך פאר בן חמש, וביחד עם זה האט מען אויך א צמצום מזוני כפשוטו, וכמובן, און אויב ס'איז ניט מובן, אבער די אמיתית הענין איז אזוי, ווערט אמאל פון חסידים דערציילן, אז רישל צערנגעווער, אזוי האט מען אים גערופן ער איז געווען א גאון, און געהאט סמיכות אויף רבנות פון צמח צדק אליין, און אף על פי כן, איז בשעת
¶25א קליינער תלמיד, תומכי תמימי מלובאוויט, וואס איז נאך ניט געקומען צו לערנען חסידות בכלל, איז אז ווער פלעגט אנקומען אין ליובאויט, פרעגט אים ווער איז דאס? האט ער פלעגט דער תלמיד, וואס ס'איז שייך געהאט צו כתת דף די קע דאס איז יהישל טשעניגעוו. וואס הייסט יהיהל טשעניגעו? דאס איז דער רב, ה'תרב, וואס איז געווען אין שניגעו, ירמל אלי רבנים, וחכמים וכו.' וכמדובר כמה פעמים בארוכה, בנוגע ווי מ'וועט זיך ארויסברענגען למעשה בפועל דארף א איד וויסן, אז ער גייט פראווען שמחת בית השואבה גייט ער דאס פראווען אין עולם העשי'כפשוטו, אויב ער וועט דאס פראווען מערניט ווי אין עולם העשי'הרוחני ניט דאס איז דער ענין פון שמחת בית השואבה! דאס איז אויך דא אין שמחת בית השואבה, אבער דער עיקר ענין פון שמחות בית השואבה איז כאמור לעיל, אז די גזש זאל טאנצן, און דורך דערויף וואס זיי וועלן טאנצן זיינע פיס, און זיי וועלן אויפהויבן זיין קאפ, אז זיי זאלן האבן דעם ענין הצמצום, און צום צוזאמען מיט א צמצום אינו כפשוטו וכו,' און לויט דעם פארלאנג סיי פון דעם אהרן הכהן און דעם כשכן וקל וחומר, אז מה דאך ער האט אויפגעטאן אין די בריות, איז דאך וואס האבן האבן ניט קיין כשרונות וכו איז דאך פארשטאנדיק, אז דער וואס ס'האט געזען כהנים בעבודתם ולוים בתוכנם וישראל במעמדם, על אחת כמה וכמה דער וואס ס'האט געזען דעם כהן גדול בעבודתו, וואס מ'פלעגט דאך מאכן א גאנצן פרעד בצאתו מן הקודש, ווי מ'זאגט דאס בסיום העבודה פון יום הכיפורים, און דאס ווערט א טייל פון דעם
¶26סיום וחותם פון כל העבודך. על דרך זה אויך בהנוגע צו דעם סיום פון די אושפיזין פון דעם טאג, פון אהרן הכהן, וואס מקרב את הבריות איז דאך פארשטאנדיק אויף וויפל ער טוט-אויף אין גדולים שב ישראל, און ס'איז דאך אויך פארשטאנדיק, וויבאלד אז די משנה זאגט פאר יעדערן דעם זעלבן כלל, וואס יעדער, אויב ער איז אן אמת'ער גדול בישראל, איז דאך א זיכערע זאך אז ער וויל זיין א תלמידו של אהרן הכהן, אויב ער וויל דאס חס ושלום ניט, איז ער ניט נאר ניט קיין גדול ער איז אפילו ניט קיין בינוני, ניט קיין אמצעי מ'דארף אים באטראכטן אין וועלכע דרגא פון קטנים ער געהערט, וכמובן וגם פשוט, על דרך זה אויך בנוגע צום צמח צדק, וואס כאמור, איז דעמאלט איז געווארן דער שלום און די שלימות צווישן ביידע ענינים, ובכל סלקא דעתך, וואס ס'איז דא אין צמצום, און ס'איז געבליבן די מסקנא בכל החוגים וואס לערנען קבלה און קענען קבלה, אן אונטערשייד צו וועלכן חוג מ'געהערט בשאר ענינים, איז געבליבן די מסקנא פשוטה, א צמצום איינה כפשוטו, און אז ער גייט דערנאך אריין צווישן אזעלכע וואס בא זיי זעט מען בפועל צמצום כפשוטו, ווארום אויב ביי אים וואלט ניט געווען צמצום כפשוטו וואלט ער דאך דעמאלט א מאמין בן מאמין, במילא ווייס ער דאך אז דא איז דא עצמות ומהות, און ער האלט א צמצום אינה כפשוטו, במילא איז דאך דא-דא עצמות ומהות אן קיין צמצום?! איז וואס הייסט 분ערט עפעס א פראכט טאן?!
¶27ניט ווי עצמות און גוס ווי אידן, אויב ער טראכט עפעס אזוי איז דאס איז די בעסטע ראי'אז ער איז מקיים בפועל אויף וויפל ס'תלוי בו צמצום כפשוטו. וואס מצד דער כח הבחירה וואס דער אויבערשטער האט געגעבן אידן, האט ער זיי אויך געגעבן דעם כח כביכול, אז זיי זאלן מאכן צמצום כפשוטו, ווי קען מען דאס זאגן אזא מין זאך, בשעת א איד איז ממשיך אז ערגעץ וואו ביי זיך, אפילו וואס דארט טרעיני'טער איז ער בעל-הבית, און וואס ער וויל, וויל ער טאן. דער דין אין תורה איז, אז מ'טאר ניט שעדיקן זיך אליין, ניט נאר א נזק גדול, אפילו א חזק קטן, און מ'זאגט פארוואס איז דאס? דערפאר וואס צמצום איז איני כפשוטו וויבאלד אז דאס איז קנינו של הקב,"ה, געפינט זיך אין דעם ענין וואס ער איז מזיק, אפילו אז דאס איז ציפרניים שברגלו געפינט זיך דארט דער ענין פון קנינים של הקב,"ה, וואס דער רמב,"ם האט דעמאלט נאך ניט נתפרסם געווארן דער ענין פון צמצום שלא כפשוטו, וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז אויך געווען א זמן לכל חפץ, על דרך ווי כללות כל התורה, על דרך זה בנוגע במיוחס צו פנימיות התורה, אז ס'איז דא זמנים מסויימים ווען ס'איז געווען מערניט ווי מעשה מרכבה ביחיד, און אויך ראשי פרקים, דערנאך איז געקומען א זמן א מצוה לגלות, און דערנאך איז געווארן גאר אז ס'איז געווארן א זכות לגלות, און דערנאך איז געקומען דער זמן ווי נשיא דורנו האט געמאכט דעם שטורעם, אז ס'דארף זיין א חיוב, וואס צוזאמען דערמיט איז דאס דער גרעסטער זכות, אז מ'דארף נע די מעיינות, וואס דאס איז דאך אויך כולל דער חלק אין נסתר אין פנימיות התורה וואו ס'רעדט זיך וועגן צמצום דארף מען נעמען אט דעם ענין און אים מפיץ זיין חוצה, און ניט שרעקן זיך א היתכן ווער ווייס וואס יענער וועט טראכטן וועגן גשמיות הבורא וכו נאר וואס דען מ'דארף צו אים צוגיין אין זיין אותיות און אין זיין לשון, ווי געזאגט פריער, אז ס'רעדט זיך וועגן א בן חמש
¶28למקרא אדער א מתחיל אין לימוד פנימיות התורה, דארף מיט אים לערנען פריער דעם ענין ווי ער שטייט אין פשט של ענין זה, און דערנאך ווי ער שטייט אין רמז של ענין זה, און דערנאך ווי ער שטייט אין דרוש של ענין זה, און ערשט דערנאך ווי ער שטייט אין פנימיות התורה, אין רזין דרזין אדער סודות התורה ווי זיי זיינען אפילו כפשוטו, איז דאך שוין אויך אן ענין של סוד. וואס דאס איז אויך, כמדובר ווי גערעדט פריער והוא העיקר בנוגע למעשה בפועל, אז מ'זאל וויסן זיין, אז אף על פי וואס מ'גייט ארויס פון א בית-הכנסת ובית-המדרש, שרייבט די וועלט ארום אים צמצום כפשוטו, און ברענגט אים אויף דערויף כמה וכמה ראיות-דערציילט אים תורה, אז צוליב וואס האט מען אים געשטעלט אין אזא נסיון, און אין אזא ירידה, דער עצם הערן אזא קא סלקא דעתך-אט דאס גופא שוין א ירידה, איז דאס ירידה צורך עלי ער זאל קענען בא זיך מאכן נאך קלארער און נאכמער פנימות'דיק און נאכמער פארשטאנדיק, ביז אין שכל אנושי, ווי אזוי ס'קען זיין אן עולם ומלאו, און ווי דער רבי'ן מרש איז מאריך בארוכה בהנוגע אז מ'קען ניט זאגן אז די גאנצע וועלט איז א מעשה כשפין, ווארום אט דעמאלט ווערט דאך איז מערניט ווי א דמיון, ווארום אז דעמאלט וואלט קענען זיין אויף מעשה כשפים, מחישים, כח פמליא של מעלה זאל זיין חייב אויף דערויף אן עונש, אויב ס'איז מערניט ווי א דמיון בעלמא, אויף דערויף איז ניט שייך קיין עונש, כמדובר בארוכה אין די מאמרים פון אין כמוך פון רבי'ן מהרש, וואס דאס איז דער אושפיז וואס קומט גלייך בסמיכות צו דעם אושפיז פון היינט.
¶29און יהי רצון, אז בכל ענינים אלו, אז מ'ברענגט דאס אראפ ביז אין אן אופן של שמחה, ושמחה תשמח, און מ'ברענגט דאס צו צו אנשים נשים וטף זאלן זיי נאכמערער צוהיילן, ווי געדערמאנט פריער דער אושפיז פון היינטיקער מעת-לעת, אנהויבנדיק פון דערנאכט דער צמח-צדק, וואס דאס איז דאך על שם חיבורי על שם פארבונדן מיט משיח צדקנו, וואס צמח שמו, און דעמאלט וועט זיין צדק עזר מתניו וואס דאס שטייט דאך בנוגע צו די סימנים פון משיח צדקנו, זאל דאס זיין ניט אין אן אופן של רמז, על אחת כמה וכמה ניט אין אן אופן של סוד, אפילו ניט אין אן אופן של דרוש ורמז, כאמור, נאר בפשטות ממש, אז בפשטות ממש גייט מען ארויס און מ'פראוועט שמחת בית השואבה מיטן גאנצן שטורעם, סיי אין פשט און סיי אין רמז און סיי אין דרוש און סיי אין סוד, איז מען דאס אויך מפיץ חוצה, ביז וואנענט אז די גאס ווערט דורכגענומען מיט די מעיינות, און דערפון טאנצט מען גלייך אריין אין די ענינים כפשוטם, וביחד עם זה אין אמיתית הענינים, אז מ'האט דעם צדק מראה בן זבעי ואומר זה, מאנט פריער, אז דאס איז פארבונדן מיטן שיעור אין חומש מיט אשריך ישראל וואס דאס איז דאך אויך דער אפטייטש פון אשריך איז דאך דאס בפשטות דער ענין העונג, וואס גילוי העונג האמיתי איז דאך פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, ובפרט אז דאס איז אויך פארבונדן און מ'איז דאס ממשיך אין דוד'ס גואל אחרון, וואס במהדי סיום במושה אשריך איז מתחיל אשרי האיש, און ס'ווערט בפשטות, נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, בא יעדער אידן אין חייו הפרטיים, און נאך קודם דער רגע הגאולה האמיתית והשלימה, ווערט ביי אים דער ענין העונג בכל עניניו, אנהויבנדיק פון ענינים הכי פשוטים והכי גשמיים, ביז וואנענט אז ער איז אויך מהפך די חומרות הענינים, ווערט דאס אן עונג אמיתי,
¶30און אן עונג אמיתי בפשטות, און דערנאך מיט אלע דרגות ווי ס'איז דא אין עונג, ווי אויסגערעכנט בקשר אין תקיעת שופר, ווי ער רעכנט דארט אויס ווי אזוי דער עונג, שעפרו מעשיכם ווערט דאס נמשך פון תכלית העילוי אין עונג ביז אין עצמות ומהות, ביז דער תכלית הירידה אין עונג ווי דאס איז אין מעשה ידים, און אין אזוינע מעשה ידיין וואס לולי וואס ער איז זיי מזכיר דער חכמה ושכל ותענוג שבדבר ווערט גלייך א רפעין ידיין, כמדובר בארוכה כמה פעמים לפני זה. און ויהי רצון, אז נורת פון רעדן אין די אלע ענינים זאלן אפגעבן דעם גאנצן מרץ, דעם גאנצן שטורעם אויף שמחת בית השואבה, ובתוקף ומיד ממש אריינטאנצן אין שמחת בית השואבה, אין בית המקדש השלישי, וואס בית השואבה איז דאך א חלק פון עזרת נשים בבית המקדש, און אריינטאנצן בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, און אין אן אופן פון קהל גדול ישוב העונה ווארום מ'נעמט-מיט דעם הקריל את העם, האנשים והנשים וטף, אין אן אופן אז מ'איז פורץ אלע גדרים, ווארום ס'איז דא דער שמח און ס'איז דא דער תשמח, און פון דעם ושמחת בחגך איז מען ממשיך, אז ס'זאל זיין א שנה של שמחה, צוזאמען מיט א שנה תמימה, צוזאמען מיט אלע ראשי-תיברש'ן וואס ס'איז דא, שמחה און תמימה איז דאך דא די לעצטע אותיות פון אלף-בי'ת, און דערנאך איז דא אין צולתו של כהן גדול, ווי מ'זאגט דאס אויך אין מחתא, באחת בשנה ביום הכיפורים, שנה, און מ'רעכנט-אויס ראשי-תיבות'ן פון אלע ברכות, אנהויבנדיק א ברכה וואס הויבט זיך אן משנת שעורה מיט אן אלף, ביז א ברכה מיט א בי'ת וכו מיט כל היותיות שלאחרי זה, אז זאל אזוי זיין א ברכה והצלחה, און א נורה ושמחה, און א שמחת בית השואבה, כאמור, בא יעדערן, ואנשים והנשים והטף אף על פי וואס בנפרקים,
¶31במקום, אבער אין אן אופן פון הקהל את האנשים ואנשים והטף, און ס'איז די זלעבע שמחה של מצוה, און די זלעבע שמחה פון עצמות ומהות, וואס זי איז פורץ גלייך כל הגדרים וכל המדידות והגבלות, ותיכף ומיד זאגט מען וזאת הברכה מראה באצבעי ואומר זה עתי דער בית השואבה, און עת זיינען די לשכות, און עת איז דער קודש הקדשים, און אט דער אהרן כהן גדול, און אט דער אושפיז שונים שלו, דער צמח צדק, און בי עמם די אלע איבעריקע צוועלף אושפיזין האמורים לעיל, בתוך כל קהל גדול פון אלע אידן און פון יעדער איד, די וואס זיי זיינען שונה נשמות בגופים, און די וואס זיי ווערן צוריק אומגעקערט נשמות בגופים, תיכף ומיד, און מ'מאכט אלע צוזאמען א ריחוד ריקוד, א קרי גדול, בלשון הגמרא, ווי סיום המסכתא, אז הקב'ה הוצאה מחול לצדיקים, וואס עמך כולם צדיקים און מ'זאגט צוויי מאל זה, מראה באצבעי ואומר זה אלקינו און נאכאמאל זה הוי'קוינו לו נגילה ונצמחה בשעתו תיכף יהושע תיכף ומיד ממש.