עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-sp5k4d04

kind
paragraph
order
Tl
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז צוזאמען דערמיט אויך א יום הרביעי בשבוע, במילא האט ער דאך די אלע ענינים טובים, אויך פון יום הרביעי, וואס בכללות איז דאך ווי די גמרא זאגט אז ג'דת איז דאס גומל דלים, וואס דאס איז דאך כללות ענין פון גאנץ סדר השתלשלות והבריה, איז דאך דאס דער ענין פון צדקתו של הקב,"ה, און דאס קומט דערנאך אראפ אין התלבשות, אין זמן ומקום. וואס דאס איז דער ענין פון יום השלישי און דער יום הרביעי, און ביידע זאכן צוזאמען, דער גובר אבער איז דאך פארשטאנדיק, נוגע לשבוע איז דאס מערניט ווי יום הרביעי, און אויך בנוגע ווען ס'איז דא כללות הענינים, איז דאך דער לעבן מיט דער צייט, מיט די שיעורים פארבונדן, איז דאך די שיעורים ווי מ'האט קובע געווען פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דאס איז דאך זיין היינט איז דאך זיין אושפיז, איז דאך שיעורים אנהויבנדיק פון דעם שיעור פון חומש ווי ער איז פאנאנדערגעטיילט אין חלקים, און דער יום השלישי פון חג הסוכות בשנה זו האט ער דאך דעם חלק אין חומש פון רביעי, פון רביעי ביז חמישי. וואס דער חלק האט אויך א שייכות מיוחדה בשנה זו מיט א לימוד מיוחד לשנה זו, איז דאך יום שלישי בסוכות קען דאך האבן א חלק אין תורה מאיפנים שונים, ובשנה זו האט דאך דעם חלק אין פרשה וזאת הברכה, מראה באצבעי ואומר זאת און אין דערויף גופא זאגט מען אויך פון רביעי ביז חמישי וואס בשעת מ'גיט א קוק אין פשוטם של כתובים זעט מען גלייך דעם שייכות צו דעם אלטן רבי'ן בלפני זה, צו יעקב'ן
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions