Paragraph
Paragraph rh-snv74r3f
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a1jkfder
- order
- bC
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ווי געזאגט, דאס וואס ס'ווערט צוגעגעבן אין היינטיקער טייל פון דער סדרה איז, אז דער אויבערשטער גיט נאכמערער צו אין דער הצלחה, אז די הצלחה זאל זיין אין אן אנטפלעקטן אופן, ס'זאל זיין אויך אנטפלעקט ווי ס'איז געווען דעמאלט, אז אידן זיינען געווען בפשטות עשירים אויך רייך בגשמיות, און האבן נאכמערער געטאן מתוך הרחבה, אין אלע גוטע זאכן בכלל, און אין ממלא זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון, ביז אין אזא אופן, אז דער אויבערשטער האט ער געזאגט און מכריז געווען, ווי דערציילט אין דעם חלק פון דער סדרה פון היינטיקן טאג, אז אף על פי וואס איר האט שוין געהאט עיקר פון אלע ענינים ווי דערציילט אין דער סדרה פאר דעם, ובפרט נאך אז דאס איז געטאן געווארן דורך עסקנים ציבורים, בבצלב לעליהו משה ואהרן, וואס זיי ווערן דאך אפגעשפיללט אין די עסקנים-ציבורים אין יעדער דור צווישן אידן, ובפרט נאך אז די עסקנים-ציבורים, ווי דער אויבערשטער האט איך מזכה געווען, טוען דאס מיט א אידישער הארץ און מיט א אידישער נשמה און מיט אן אידישער איבערגעגעבנקייט, צו דעם גאנצן אידישן פאלק, איז דער אויבערשטער נאכמער מוסיף, אז זיי זאלן אליין זען און פילן, אז זיי האבן דערביי אן עקסטרע ברכה פון דעם אויבערשטן, און די ברכה קומט אין אן אנטפלעקטן אופן, אז דער אויבערשטער וועט אויך ווייטער באגליקן, מיט נאכמער פרנסה און מיט נאכמער געזונט און מיט נאכמער הרחבה אין אלע זאכן אין ווא� זיי נויטיקן זיך, און ס'איז דאך א זיכערע זאך, ווי מ'האט געזען אין ביישפיל פון די אידן ווי ס'איז געווען פאראיארן און פאר צוויי יארן, און אין דעם יאר אליין מיט א חודש צוריק, אדער מיט צוויי חדשים צוריק און מיט א וואך צוריק, אז זיכער וועלן זיי אזוי אויך טאן אויך ווייטער און טאן אויך העכער.
- proofread
- 0