עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-sj4yq37p

kind
paragraph
order
eg
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
טייל אין צוגרייטן דעם נרות שבת און נרות יום-טוב, על כל פנים סימבליש וואס ער דערליינגט די שוועבעלאך אדער די ליכטל וכיוצא בזה, און דורך דערויף ווערט אויך צוגעגעבן אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות, אז אף על פי וואס לכאורה דעם קידוש פון שבת איז דער זעלבער נוסח, במילא אויך דער זעלבער אינהאלט אין יעדן שבת, על דרך זה אויך אין דעם קידוש פון יום-טוב, פון חג השבועות, אדער אין אנדערע ימים-טובים, דער זעלבער נוסח ווי אין אלע זמני שבועות, איז דאס טאקע די זעלבע ווערטער, אבער דער אויבערשטער גיט כח יעדער אידן, על אחת כמה וכמה צו דער פרוי אדער צו דער טאכטער, ביז א קליין קינד א קליינע מיידעלע, בשעת זי צינדט-אן איר נר שבת, און צינדט-אן דערנאך אז ס'קומט שבועי, דער נר איז שבועות, און מאכט אויך עיר שהחיינו קומט-צו א נייע ליכטיקייט, און אן אמת'ע ליכטיקייט, וואס דערפאר איז ניט אלעמאל באמערקט מען דאס בעיני בשר, אבער תורת אמת איז מבטיח, אז דאס איז א נייע ליכטיקייט, מיט א נייען חיות, מיט א נייער שטארקייט, חזק חזק ונתחזק, ואדרבא, דערפאר וואס דאס איז א רוחניות'דיקע ליכטיקייט, איז דערפאר איז קיין וואונדער ניט פארוואס פליישיקע אויגן, ניט אלעמאל באמערקן זיי אז ס'איז צוגעקומען אין דעם, אבער תורת אמת איז מגלה די סודות און די פנימיות און דער אינהאלט פון יעדער זאך אין וועלט, פונקט ווי זי איז מגלה אז יעדער אידישע נשמה איז א חלק אלוקה ממעל, און דאס איז א חלק אלוקה ממעל ממש, אז דורך דער נשמה ווערט א איד איין זאך, סיי א מאן און סיי א פרוי, מיט ג-טלעכקייט, ביז אין אן אופן אז מ'קען גאר ניט פאנאנדערטיילן צווישן א אידן און צווישן ג-טלעכקייט, און ווי דער לשון הכתוב ושכנתי בתוכם בתוך כל אחד ואחת, אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט משה רבינו, אז בשעת משה רבינו האט געמאכט דעם משכן, ועל דרך זה ובכח זה ובצוהו
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions