Paragraph
Paragraph rh-sj4ewdxy
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xpx3xjfg
- order
- I
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו תורה שבכתב, אז מ'מאכט א סעודה, אז מ'מאכט לגמרה של תורה מאכט מען אן ענין של שמחה, וואס דאס איז סיום פון דער קריאה בתורה שבכתב, און דערנאך זאגט ער אויף, דער אלטער רבי ברענגט אראפ פון כתבי האריז ל, פון כמה מקומות בסידורו השוה לכל נפש, אז בשעת מ'קומט אין אן ארט, וואס אף על פי וואס ער האט שוין געפראוועט די שמחה פון גמרא של תורה בנוגע צו חמשה חומשי תורה בשמחת תורה, איז דארף ער נאכאמאל ישמח ימהם און אזוי איז דער מנהג, אין וויפל ערטער דאס זאל ניט קומען, במילא דארף ער נאכאמאל טאן און טאן דאס מעצמו מובן, וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט תורה, וואס תורה זו לא תורה מוחלפת, און מ'זאגט אפילו אז ס'דארף זיין בכל יום יהיו בעיניך חדשים, על אחת כמה וכמה אין סיום התורה, במילא מיינט מען דאך אויך די סיום פון תורה שבכתב, אויך מיטן גאנצן שטורעם, ווי מ'האט דאס געמאכט דעם ערשטן מאל, ואדרבא, ווי מ'זעט דאך בא שמחה, אז שמחה ישנה איז ניט קיין אמת'ער תוקף השמחה, מ'דארף האבן ס'זאל זיין א פנים חדשות, במילא דארף מען האבן על כל פנים א סברא חדשה, עפעס-וואס א התחדשות, אדער ס'קומען צו בפשטות פנים חדשים נייע מענטשן וואס זיי זיינען ניט געווען בא דעם פריעמדיקן סיום, וואס דעמאלט דארף מען מאכן די שמחה גדולה.
- proofread
- 0