Paragraph
Paragraph rh-shzbfm1t
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jqqpyb7t
- order
- 7I
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז דאס זאל צוקומען אין רצון, על אחת און ער זאל פועל זיין, און על אחת כמה וכמה אין כוחות הגלויים, איז אט דעמאלט פועל'ט אויף בפשטות, ווי מ'זעט דאס אפילו לאו דוקא אין עניני קדושה, אפילו אין ענינים גשמיים, פועל'ט דאס אויף דער ריבוי התאוה והגעגויים, תאוה דקדושה און געגויים דקדושה, אויף נאך מערער מוסיף זיין אין פעולות פארבונדן מיט ידושה און מיטהר, און וכל דרכיך דעהו און כל מעשיך לשם שמים, כמדובר כמה פעמים. נוסף אויף דעם ענין המשותם וואס ס'איז דא בשאר די פועמים וואס מ'פארט זיך פאנאנדער, האט ער דאך יעדער מאל זיין ביוחד'דיקע שליחות און הוראה פארבונדן מיט דעם מאל עצמו, וואס דאס איז דאך בהנוגע צו דעם זמן וואס איצטער, וואס מ'קלייבט זיך בא פאנאנדערפארן זיך בגשמיות על כל פנים ואדרבא, צוזאמענקומען זיך נאך ענגער און טיפער ברוחניות, האט דאך דאס דעם ענין מיוחד וואס דאס קומט תיכף ומיד לאחרי יום הגאולה פון דעם נשיא הדור, פון דעם רבי'ן דעם שווער, און וואס ער האט גלייך נאך געזאגט במכתבו הראשון בקשר צו פעם הראשונה פון חגיגת הגאולה, אז לא אותי בלבד גל הקב."ה, נאר יעדער אידן און אלע אידן, און אפילו אט די וואס שם ישראל איז מערניט ווי יכונה, און האט דאס אויך, ווי פארשטאנדיק פון דעם תוכן המכתב, כולל געווען בזה, אט די צו וועלכע ער האט דאס געשריבן בשעת מעשה, און על דרך זה אויך צו די וואס זיינען געווען אין שנים שלאחרי זה,
- proofread
- 0