English
ספרייה
kind
paragraph
order
vr
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
געווען, על כל פנים בכח איז דאך זיכער אזוי געווען, זאל יעדער בכח פועל זיין אין דעם איצטיקן בכח, און דער איזכור בכח זאל ארויס בפועל, במעשה בפועל, אז ס'זאל זיין די שמחה הכי גדולה בפועל, ולמטה מעשרה טפחים, און אין אן אופן אז מראה באצבעו ואומר זה ניט מ'דארף ווארטן פון אים, אז ער וועט זאגן הערט זיך איין אידן, איר זאלט וויסן זיין אז איז איך בין פריילעך, און דערנאך זעצט זיך אוועק, אדער זאל טאן גוטע זאכן וואס האבן קיין שייכות ניט צו שמחה. ער נעמט אן ענין פון חושן משפט, אן ענין פון בבא בתרא, און פארענטפערט דארט א הארביש שאלה וואס איז געווען אין גמרא, אדער ווי די משנה זאגט רצא להחקים דארף מען זיך עוסק זיין אין די ענינים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך דארטן, במילא איז ער נאך פריילעך אויך, נאר אין וואס דריקט זיך אויס זיין פריילעכ אז מראה בהצבעו ואומר וואס זאגט מען? זיצט א איד וואס איז א מתמיש בתורה, און א איד וואס קען פארענטפערן א הארבע שאלה, און א איד וואס ער איז ראוי ער זאל זיין א תלמיד פון שמעון בן ננא, אבער זאגן מראה בהצבעו ואומר זה, מ'זעט אז ער איז טאקע פריילעך, און א ראי'ער זינגט אויף פריילעכן ליגן, און טאנצט טאקע, און נאך מערער תסמח ותסמח אויף דערויף איז ניטא דער א� דער, ווארום ס'איז ניטא דער זה אויף וועלכן מ'קען דאס באווייזן.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים