פסקה
פסקה rh-se1fs7aa
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-scqjzyk1
- order
- 6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אזוי ווי מ'געפינט זיך אין שנת הקהל, וואס ווי גערעדט במשך פון דעם חודש, האט דער אויבערשטער געגעבן כח אידן, זיי זאלן צוזאמענקלייבן אידן צוליב א גוטן צוועק, ובפרט כדי צו מקיים זיין אין טאג-טעגלעכן לעבן וואס דער אויבערשטער וויל, איז גאר אין א גרויסער מאס, איז די אלע זאכן פארבונדן ווען מ'איז זוכה און מ'האט חתונה און מ'שטעלט-אויף א נייע אידישע הויז על יסודי התורה ונצוותי וואס דער אויבערשטער זאגט אויף דער הויז, אז ועשו לי מקדש אז מ'וועט מאכן פון דער הויז א הייליקע אידישע הויז, איז ושכנתי בתוכם וועט דער אויבערשטער דארט זיין שטענדיק, און מיט אים צוזאמען איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'גייען אלע ברכות, סיי גשמיות'דיקע סיי רוחניות דיקע, ובגשמיות וברוחניות גם יחד. און ויהי רצון, אז דאס זאל דערפילט ווערן אין דער פולסטער מאס, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה ביי יעדערן פון אייך און ביי אייך אלעמען צוזאמען, אז די הכנות צו די חתונה, און די חתונה אליין, און די שבע ברכות וואס ס'איז שוין אנגעהויבן, אדער מ'האלט אין מיטן, אדער ווי דאס איז, זאל אלץ זיין אין א הצלחה רבה, בפרט נאך אז מ'קומט זיך ערשט פון חודש תשרי, וואס דאס איז דאך א חודש אנגעפילט מיט ברכות, און ער פארענטסיקט זיך מיטן יום-טוב פון שמחת תורה, און גלייך נאך דערויף דעם שבת פון וועלכע מ'קומען איצטער, וועלכע הייסט אויך שבת בראשית, א שבת וואס רעדט וועגן די אניבס פון אלע זאכן, אזוי שטייט דאך אין תורה, אז א חתונה ביי א אידן איז דאס אן אנהויבס פון א נייע אידישע הויז, געבענטשט מיט אלע ברכות אין וועלכע מ'נויטיקט זיך, ובלשון הידוע בנין עד דעד אז רסודי התורה והמצוה, און זיין געבענטשט בבנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי', מגדל זיין זיי מתוך הרחבה אין גוטן געזונט און אין גוטע פרנסה,
- proofread
- 0