Paragraph
Paragraph rh-sdp5vdwv
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a1jkfder
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נאכמערער אידן, ביז דורך אלע אידן, און דאס זאל באוויזן ווערן אין א זאך וואס אפילו דלא שוקגן זעען דאס, ביז וואנענט אז אפילו די ניט-אידן וואס זיינען ארום זעען אז דאס איז מענטשן, אידן, וואס זיי זיינען די אתה בחרתנו, וואס דער אויבערשטער האט זיי אויסגעקליבן, אז זיי זאלן מאכן פון דער גשמיות'דיקער וועלט א דירה לו יתברך, אויסגעקליבן אין אזא מין אופן, אז ער פארבינדט דאס מיט ברכות, אז זיי זאלן זיין גוט אויך בפשטות, אין פרנסה און אין געלט און אין כבוד און אין אלע גוטע זאכן, וואס בשעת א איד האט ניט קיין שוועריקייטן און האט א ברייטקייט, איז דאך א זיכערע זאך, אז סוף כל סוף גיט ער צו נאכמערער אין פארשפרייטן גוטע סדקה ארום זיך, און פארשפרייטן אידישקייט ארום זיך, און טאן דאס אלץ אין א וועג וואס ס'ווערט אלץ מערער און מערער.
- proofread
- 0