English
ספרייה
kind
paragraph
order
t6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דערפאר איז אויך איז דאס פארבונדן צום ענין השמחה הכי גדולה, אז דער אויבערשטער האט געגעבן אט די מצוה אין אזא אופן, אז מ'דארף גאר אויף דערויף ניט האבן קיין התבוננות גדולה, און מ'דארף אויף דערויף ניט האבן קיין אריכות גדולה, אפילו אין דער הכנה אן התבוננות, און מ'האט דאס גלייך די חשיבות ענין התורה, לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו, און בפרט נאך אז דאס ווערט גערעדט, און דערנאך ווערט דאס געטאן בצבו וכיוצא בזה, האט מען דאך דעמאלט די אלע ד'כתות, כמבואר אין חסידות ובקבלה ובכמה מקומות, אז די ד'כתות זיינען דאס בדוגמא פון די ד'אותיות פון שם הוי, אנכי הוי'לכי דוקך דער נותן התורה, אשר נשא לנו את תורתו ברוך אתה הוי על אחת כמה וכמה כמדובר לעיל, אז דאס איז דא מן המוכן בכל זמן ובכל רגע, נאך מערער אפילו פון די ששה מצוות, וואס יענע איז מען ניט מחוייב, אז זיי זאלן שטיין בגלוי, ביז וואנענט אז ס'קען דורכגיין א שעות נאכאנאנד ער זאל זיך ניט מתבונן זיין אין דעם ענין פון ואהבת אהבת הוי,' און אף על פי כן האט ער ניט נאר ניט עובר געווען קיין עבירה בדבר, וויבאלד אז ביכלתו, אז ווען ער וואלט נאר געוואלט, מ'וואלט ניט געווען פארנומען מיט אן אנדער ענין של קדושה וואלט ער זיך מתבונן געווען אין דברים המביאים לידי האהבה, דאס וואס תורה איז אבער מדגיש, אז היא חיונה ואורך ימינו איז דאס אלעמאל דא בגלוי, ביז וואנענט, אז אפילו בשעת ער איז מקיים א מצוה, וואס דאס איז דאך לכאורה ניט קיין ענין פון לימוד התורה, איז אבער די מצוה אליין שרייט אים, אז זי איז אין א מדה מסויימה, און ער איז איר מקיים אין אן אופן מסויים, און טוט דאס מיט א ברכה לפני וכיוצא בזה, דערפאר וואס אזוי שטייט אין שולחן-ערוך איז יעדער פרט אין יעדער מצוה איז מדגיש דעם ענין
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים