transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1דאס איז דאך א מנהג ישראל בכמה וכמה מקומות, אז מ'זאל פארבינדן חמשה עשר באב מיט אן ענין פון צוזאמענקלייבן זיך, מדוגמא ווי ס'איז געווען אויך ווי דער לשון איז דאך אויך לא היו ימים טובים וואס דער ענין פון א יום-טוב איז דאך אויך על-פי דין ועל-פי הלכה, אז דעמאלט איז מען ניט אליין, איז דער רמב"ם איז דאס מסביר, און ספר מוסר מסביר, אז דערפאר איז דוקא בא יום-טוב איז די הדגשה פון אתה ואשתך ובניך ועבדך ועמתך אלע צוזאמען דערפאר וואס דעמאלט איז אן אמת'ע שמחה, וכמבואר בארוכה, און אויך פארשטאנדיק בפשטות. על אחת כמה וכמה בשעת מ'האט אויך וואס דער רמ"ה ברענגט דאס אראפ, דעם ערשטן חלק פון שולחן-ערוך, פירושו שלו, די מפה שלו, וטוב לב משתה תמיד, איז דאך פארשטאנדיק דער ענין, אז אין יום-טוב פארבונדן מיט טוב לב, איז פארבונדן אויך מיט משתה תמיד, מובן וגם פשוט, אז דאס איז אן ענין פון א שמחה פארבונדן מיט אידישקייט, מיט תורה ומצוותי', ניט סתם אזוי משתה ווי דער סיום אויך אין הלכות יום-טוב פון דעם רמב"ם און דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך וכיוצא בזה, בפרט נאך אז דאס קומט דאך, ווי מבואר בכמה מקומות, אלס א המשך און א ביטול פון תשעה באב, ווי אויך פארשטאנדיק פון דעם סיפור אין גמרא בפשטות,
¶2איינער פון די טעמים פון חמשה עשר באב איז, אז דעמאלט איז נתברר געווארן, אז אין תשעה באב שלפני זה איז שוין בטל געווארן דער גאנצער ענין, אזוי איז געווען אז קא סלקא-דעתך א ספק שמע טעה בחשבון, משא"כ אז ס'איז געווארן אתקיימא סיהרא באשלמותא ליום החמשה עשר, אט דעמאלט איז בא זיי געווארן דער בירור, אן קיין ספק און ספק ספיקו, אז בתשעה באב שלפני זה איז שוין געווארן אויך תשעה באב. וכמדובר ומבואר אויך בארוכה אין מפרשי הש"ס, און אויך אין פשטות הלשון בכתב. איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז תשעה באב איז פארבונדן מיט פירוד, רחמנא ליצלן, צווישן אידן, כמבואר אין מסכתא יומא, כאין אויך גערעדט שוין כמה פעמים, במילא איז דאך פארשטאנדיק אויך, אז אין ביטול דארף זיין אין אלע פרטים, עאכו"כ אין אן ענין וואס איז ניט קיין פרט, נאר אן עיקר, אז ס'דארף זיין דעמאלט די אחדות ישראל, וואס דאס איז נאך מערער ווי אהבת ישראל. די שלימות אין אהבת ישראל איז ביז וואנענט אז דאס ווערט אין אן אופן פון אחדות.
¶3ובפרט נאך אז דאס קומט אראפ אויך מצד דער נשמה, איז דאך אין דערויף ניטא דער חידוש, ווארום דאס איז דאך א חלק אלוקה ממעל, במילא איז פארשטאנדיק אז א חלק אלוקה איז ניט שייך פאנאנדערטיילן צווישן איין חלק מיט א צווייטן חלק, דער חידוש איז דאך דאס, בשעת ס'קומט אראפ אין גוף, און מ'זעט און מ'טאפט אן אין חוץ המישהו טאפט מען אפ דעם גוף, און מצד הגוף ווערט דאס אויפגעטאן, במילא איז פארשטאנדיק, אז דאס דארף זיך אויך אויסדריקן אין עניני הגוף בפשטות, וואס עניני הגוף בפשטות איז דאס עניני אכילה און שתי', ובפרט נאך אז די אכילה און שתי' איז דאס אויך די שלילה פון דעם היפך האכילה און שתי' וואס ס'איז דא אין תשעה באב. וואס דאס איז נאכמערער מדגיש דער פארבונד פון תשעה באב, וואס שלימות שלו און דער תכלית שלו און די מטרה שלו איז דאך ווי ער זאגט אין ילקוט, אז דאס וואס עולה ארי' מסובכו דער ענין פון תשעה באב, איז דאס געווען על מנת ווי דער לשון פון מדרש איז אין ילקוט, על מנת כדי ס'זאל זיין דער [ארי'שע?] גמילה יראה וואס דאס גייט אויפן אויבערשטן גאולת ישראל, אויך מיט אזא שטורעם ווי דאס איז פארבונדן מיט ארי' און ארי' דקדושה. וואס דאס איז דאך אויך פון די ענינים וואס זיינען נאכמער מדגיש דעם ענין פון גדולה לגימה שמקרבת אין חמשה עשר באב, אף על פי וואס דאס איז דאך געזאגט געווארן אויף יעדער לגימה, און נאך מערער, אז דאס רעדט זיך גאר דער פשטות לשון הגמרא איז דאס ניט נאר בנוגע צו אידן, נאר דארט רעדט זיך גאר וועגן אומות העולם, וועגן גדולה לגימה שמקרבת. און דא זאגט מען, אז דא איז גדולה לגימה שמקרבת קומט נאך צו אין דערויף א לגימה מיוחדת, ווארום דאס איז די לגימה וואס קומט ארויס אויף שולל זיין, במילא ווערט דאס בתכלית השלימות אין לגימה, שולל זיין דער העדר האכילה און שתי ווי
¶4איז אין תשעה און דאס איז אויך פארבונדן מיט קיימא סיהרא באשלמותא איז דאך דער פשטות הדבר, אז דאס איז ניט אן אנדער לבנה, ס'איז די זעלבע לבנה, נאר וואס זי איז געווען מיט טעג פריער, נאר אז דעמאלט איז זי געווען לעיני בשר איז זי ניט געווען בשלימות, אז ס'קומט דער פופצנטער טאג, זעט מען אז די לבנה איז געווען א שלימה, ווייס מען דערפון, אז זי א שלימות איז שוין געווען מיט טעג פאר דעם, ווי אויך דער ענין ווי ער איז בפשטות, פאר וואנענט ווייס מען אז די לבנה איז א קיילרדיקער וכו', איז ווען ס'וואלט געווען מערניט די אנדערע טעג פון חודש וואלט מען ניט געהאט קיין ראי' מוחשית, און א ראי' מוחשית, אז די לבנה איז א פולער עיגל, א שלימות. בשעת מ'זעט אבער, אז אין פופצנטן טאג זעט מען א כליך'דיקער לבנה, עשי'רבאשלמותא, און מ'ווייס, אז דער שינוי פון פופצן טעג לגבי אנדערע טעג פון חודש איז דאס ניט מצד דער עצם הלבנה, דער שינוי איז מערניט וואס דער מענטשלעכער אויג זעט מען איר, דערפאר וואס דאס איז דער טייל וואס ס'דערגרייכט די ראי'וואס איז פארבונדן מיט אור, דאס איז דא בשלימות מערניט ווי דעם פופצנטן טאג. און דאס אבער גיט אים די ראי'מוכחת, אז אפילו ווען ס'איז אין העלם הלבנה, על אחת כמה וכמה ווען ס'איז מולד הלבנה, על אחת כמה וכמה ווען ס'איז שוין כמה וכמה ימים בחודש, איז אויך דעמאלט די סיהרא באשלמותא, אט דאס וואס ס'פעלט דעמאלט, וויבאלד אז איז ניט דער פופצנטער טאג פעלט דאס מצד ראיית האדם, נאר מערניט וויבאלד אז דער תכלית פון דער לבנה איז דאך להעיר על הארץ, איז דערפון פארשטאנדיק, אז דאס אלס א מסובל דערפון וואס ס'פעלט אין להעיר על הארץ פעלט אויך במילא אין דעם תכלית פון דער לבנה בפני עצמה, וואס דאס איז דאך איר תכלית הברית,
¶5העיר על הארץ. וואס דאס איז אויך פארבונדן אויך מיט דעם סיום פון מסכתא תענית, וואס דאס רעדט זיך דארט אויך דער הליכות הענינים פון חמשה עשר באב, איז דער סיום איז און אויך פריער אין דער משנה, און דערנאך איז בארוכה אין דער ברייתא און אין גמרא, ווי אזוי ס'קלייבן זיך צוזאמען פון נשי ובנות ישראל פון אלע סוגים שלהם ביחד, און זיי קלייבן זיך אלע צוזאמען אין אן אופן פון חולות בכרמים, אין אן אופן פון פארבונדן מיט דער שמחה, און דאס קומט דערפון דערנאך ארויס ענינים פון בנין עד דער כפשטות הסיפור. וואס דאס איז אויך דער סיום פון דער משנה, און דערנאך אויך אין די ברייתא און אין ירושלמי און אזוי אויך אין גמרא בבליית בארוכה ביות אז מ'איז מסיים, ווי אזוי די ד'כתות וואס זיי זיינען כולל אלע אידן, דורך דערויף וואס ס'איז כולל אלע זייערע אנשים ובנות, וואס זיי זיינען דאך בנוגע צו מתן-תורה, איז דאך געווען דער תחילת הדיבור מיט די פרויען מיט דעם בית יעקב, און ערשט דערנאך דבר על בני ישראל, במילא איז אזוי אויך דער ענין פון מתן תורה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט חמשה עשר באב, איז מסיים אין דער גמרא אין גמרא במיוחד, ביום חתונתו וביום שמחת לבו, אז ביום חתונתו איז זא מתן תורה, און מ'ברענגט דאס בהמשך צו די ענינים פון יום-כיפור וחמשה עשר באב, וכידוע די שאלה בזה וואס האט דאס פאר א שייכות צו חמשה עשר באב?
¶6ס'איז דאך מערניט ווי צו ילכי-פורים, וואס דעמאלט איז געווען זמן מתן תורה, די לוחות שניות, און מ'ברענגט דאס בהמשך אין דעם זעלבן המשך פון חמשה עשר באב. אבער על כל פנים ווערט דאס דארט דארט געבראכט וואס דאס איז אויך מדגיש פון אהבת ישראל אין אן אופן אז ס'איז געלייט איר לבוש א צווייטע פרוי, און דוקא פון די שענסטע לבושי מירה, ווי דער פשטות הענינים איז אין דעם סיפור, אז מ'האט געליענט די לבושים דוקא, ניט אן אייגענעם לבוש, באווייזן ווי אזוי מ'איז פארבונדן מיט א צווייטן, און ווי אזוי מ'דארף אנקומען צו דעם צווייטן, ועד כדי כך, אז דער לבוש וואס דאס איז דאך איינער פון די הויפט תכשיטים פון א בת ואשה בישראל, איז דאס איז דוקא דער טאג מדגיש, אז דאס באקומט זי, האט זי דאס דוקא פון א צווייטער פרוי.
¶7וואס דאס איז אויך פארבונדן, כאמור, מיטן סיום פון מסכתא תענית, וואס בנוגע צו דעם תענית פון יום הכיפורים, רעדט זיך דאס מערניט ווי עטלעכע ווערטער אין דער מסכתא. דער אריכות יום הכיפורים רעדט זיך גאר אין מסכתא יומא, ובמיוחד אין דעם פרק אחרון שלו, וואס הויבט זיך אן מיט ענין יום הכיפורים, ס'איז דאך דא בכמה מקומות וואס די גאנצע מסכתא ווערט אנגערופן בשם מסכתא יום הכיפורים. במילא, אז מ'זאגט דעם ווארט תענית איז אף על פי וואס דאס איז דאך כולל אין זיך אויך כל התעניות, במילא איז אויך דער תענית פון יום הכיפורים, אבער דערנאך, אז ס'קומט צום לערנען, על אחת כמה וכמה שקלא וטריא, איז לערנען און שקלא וטריא פון דעם תענית פון יום הכיפורים איז ניט איר הארט אין מסכתא תענית, ס'איז גאר אין מסכתא יומא. וועגן וואס איז דארט יאר די אריכות? וועגן די ענינים פון תשעה באב, תענית פון יום הכיפורים, במילא אויך פון די תענית וואס זיי זיינען פארבונדן מיט תענית יום הכיפורים, ישיבה עשר בתמוז און פאר דערויף עשירי בטבת וכו וואס דאס גייט דאך אלץ א המשך, און דערנאך איז מען מסיים אז די אלע תעניות ברענגען, אז דערפון זאל ארויסקומען ביום שמחתו, ביום שמחת לבו, מערער נאך ווי אנדערע טעג פון יאר, אפילו די טעג, וואס זיי זיינען ימי שמחה מן התורה, וואס דאס איז דאך דער ג'רגלים, איז לא היו ימים טובים אפילו וואס דאס איז אויך כולל די ימים טובים פון פסח חמשה עשר בניסן, און פון חמשה עשר בתשרי דער ענין פון סוכות איז זאגט מען אויף דערויף, לא היו ימים טובים קומט דאס ניט צו דעם יום-טוב פון חמשה עשר באב און יום הכיפורים. וואס יש לומר אויך, על כל פנים בדרך אפשר, אז דאס איז אויך די שייכות פון דעם פסוק ביום שמחתו ויום
¶8ביום שמחת לבו, צו דעם תענית פון חמשה עשר באב, ווארום חמשה עשר באב ברענגט דאך אויף דערויף די גמרא כמה וכמה טעמים, ווי אין דעם סיום פון מסכתא תענית, וכמדובר אמאל בארוכה די פרטים פון דעם תענית. דערנאך קומט דערפון ארויס כמה מנהגים בכל המקומות און בכל הזמנים. ווי עצות וחולות בכרמים איז דאך געווען דעמאלט אין זמן הגמרא, אין זמן ברייתא וכו אבער אין בבל געפינט מען דאס ניט, אפילו דעמאלט, עאכו כמה וכמה מחוץ לבבל, אדער משחרב בית המקדש בכלל, איז געבליבן כמה וכמה מנהגים, כמבואר אין ספרי המנהגים פארבונדן מיט חמשה עשר באב, וואס ס'איז אבער דא אן ענין חמשה עשר באב, וואס דאס ווערט דערפון א הלכה, ביז וואנענט אז אויך דער מגן אברהם ברענגט דאס אראפ, און דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ וכו דער ענין פון מוסיפין לו, אז ס'קומט ארויס מנהגים פארבונדן מיט חמשה עשר באב, ס'איז אבער דא א הלכה פארבונדן מיט חמשה עשר באב, אז דעמאלט דארף יעדערער מוסיף זיין אין לימוד התורה, אף על פי וואס דעם טאג שלפני זה האט ער אויך מקיים געווען כדבעי מצות תלמוד-תורה, קומט חמשה עשר באב און זאגט אים, אז איצטער האט ער א הלכה מיוחדה בכל מקום, סיי אין חוץ-לארץ, על אחת כמה וכמה אין ארצנו הקדושה, על אחת כמה וכמה אין ירושלים עיר הקודש, על אחת כמה וכמה אין ירושלים עיר הקודש, לפנים מן החומה, קומט אבער צו דער ענין וואס ס'איז בכל מקום, און אויך דער ענין בכל זמן, ביז אין עקבתא דמשיחא, חושך כפול ומכופל, יכסה ארץ איז דעמאלט איז דא ניט סתם א מנהג, נאר א מנהג וואס ווערט אראפגעבראכט, ביז אראפגעבראכט אין א הלכה,
¶9און די הלכה איז אנגעוויזן גלייך דער מעשה הוא העיקר. אין וואס דארף דאס אראפקומען? דאס דארף ארויסקומען לערנען דעם ענין בפועל ובמעשה. וואס דאס איז די מעשה פון לימוד התורה, איז דאך דא אין תורה דורך די הבנה והשגה בתורה ומחשבה בתורה וכו ברכת התורה איז פארבונדן דוקא מיט דיבור בתורה, ביז וואנענט אז מ'איז אויך דערביי זאגט, אז דער דיבור בתורה דארף זיין כל עצמותו תאמרנה, ווי אראפגעבראכט אויך אין תניא. וואס יש לומר, אז דאס איז אויך די שייכות צו חמשה עשר באב מיט דעם ענין זה מתן תורה, אז חמשה עשר באב איז פארבונדן, ווי די גמרא זאגט, איידער ס'ברענגט אראפ ומפרש דעם פסוק בארוכה, ברענגט זי שוין אראפ די הלכה פון כל דמוסיף מוסיפין לו אז מ'מוז מוסיף זיין פון חמשה עשר באב, במילא קומט דערפון אויך ארויס דער רמז, אז אוי חמשה עשר באב איז יום שמחתו זו מתן תורה אז דעמאלט דארף ער לערנען תורה מיט אן אופן של הוספה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז מה-דאך אז ער לערנט תורה ארבעה עשר באב, דארף דאס דעמאלט זיין באימה ובאימה באירא וברתת ובזיע, ווי בשעת מתן תורה, כמדובר בארוכה פון דער גמרא אין מסכתא ברכות, על אחת כמה וכמה אז ער איז מוסיף אין דעם לימוד התורה, מצד דערויף וואס דאס איז א יום זכאי און א יום-טוב, און א יום-טוב גרעסער ווי אלע איבעריקע ימים-טובים איז דאך א זיכערע זאך, אז דעמאלט דארף ביי אים זיין דער ענין ביום סונחתו זה מתן תורה בחמשה עשר באב.
¶10וואס דערפון קומט גלייך ארויס דער ענין און די הוראה בפועל, כמדובר כמה פעמים, אז אידן קלייבן זיך צוזאמען, און דערנאך איידע מ'גייט פאנאנדער דארף מען מיטנעמען מיט זיך א הוספה אין ענינים פון תורה ומצוותי'בכלל, און במילא האט מען דאך א גרויסן ענינים פון וואס אויסצוקלייבן איז חמשה עשר באב לכל לראש איז פארבונדן דערמיט, אז ער נעמט-מיט די החלטה תקיפה פון כל המוסיף מוסיפין לו אין לימוד התורה, ובפרט נאך אז ס'איז אויך פארבונדן מיטן סיום פון א מסכתא, וואס בא סיום פון א מסכתא, צי מסכתא תניא צי איז אין מסכתא שתהי זאגט מען נאך גלייך, אז שם שאזר תניא לא סיים מסכתא זו, איז כהן תעזרוני להתחיל נאך מסכתות און נאך מסכתות און נאך מסכתות איז ברענגט ער דאס גלייך אראפ אין מעשה בפועל, אין אט דעם ענין.
¶11וואס דאס איז אויך די שייכות מיוחדה, כמדובר, פון די אלע ענינים צוזאמען, במיוחד אז מ'שטייט אין א יאר וואס דאס איז שנת השמיטה, און דרשי השנה שלו איז אויך ביום השבת כפי שידובר לקמן.
¶12און בנוגע צו דעם ענין, אז וויבאלד אז מ'האט געמאכט א סיום אויף מסכתא וואו ס'רעדט זיך וועגן חמשה עשר באב בארוכה, און ס'רעדט זיך גלייך אויך מיט א מסקנא בהנוגע צו די מעשה, אזוי איז דאך דא אין גמרא, זאגט מען, אז ס'איז דא כמה ענינים אין גמרא וואס מצד די שקלא-וטריא דארף מען אנקומען צו מפרשי השס, אדער צו די גיונים שלאחרי הגמרא, אז זיי זאלן מברר זיין ווי איז דער דין בפועל, אט די אראפגעבראכטע ענינים בהנוגע חמשה עשר באב ווערן זיי אראפגעבראכט אן קיין מחלוקת בדבר, בדוגמא בפנימיות התורה, פארבונדן מיט א פסוק אין תורה, הכל מודים ווי אין דעם ענין פון כל המוסיף מוסיפין לו אף על פי וואס לכתחילה איז דאס געזאגט געווארן ווי די גמרא ברענגט דאס אראפ דורך א יחיד, ס'איז אבער געווארן א טייל פון דער גמרא, און דערנאך איז דאס געווארן א הלכה פשוטה, אנגענומען ביי אלמען, לויט די הדגשה, אז כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש נאמר למשה מן סיני איז דאך על דרך זה אויך די לוחות האחרונות איז דאך אויך פארבונדן מיט סיני על אחת כמה וכמה די לוחות ראשונות און מתן תורה בטעם הראשונה, וואס דאס איז גאר געווען אין חודש סיון, און דערנאך אראפגעקומען ביי יום חתונתו זה מתן תורה יום הכיפורים, הויבט זיך שוין אן, כמדובר, אין חמשה עשר באב שלפני זה, ווי געזאגט פריער במכל-שכן וקל-וחומר, אז וויבאלד אז ער האט די הלכה און נתינת-כח פון תורה אויף מוסיף-זיין בתורתו, וואס ער האט געלערנט ביימה וביראה וברתת ובזיור ביום יד בה האט ער א כח און נתינת-כח במיוחד, אז ס'זאל זיין די הוספה אין דעם לימוד,
¶13במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'דארף זיין א הוספה אויך אין בעומר ובירא וברתת ובזיע, כמובן וגם פשוט, וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט דעם ענין פון תורה. און דא זאגט מען, אז דאס ווערט דערנאך א הלכה בכל מקום, און אזוי אויך בכל שנה ושנה, און דער אבן בוחן בזה די בחינה בזה איז, אז מ'זעט דערנאך אז ער כאפט זיך צו ביי דער ערשטער געלעגנהייט צו דעם ענין פון לימוד התורה, וואס כאמור בהנוגע צו חמשה עשר באב וואס מ'האט בגלוי, ובסגנון פון א הלכה, דער הלכה ממש, איז דאס ניט די ענינים וואס מ'זאגט ניט קיין תחנון וכיוצא בזה, נאר דער ענין וואס ער איז מוסיף אין לימוד התורה, במילא איז די כמות איז פארשטאנדיק אז דאס איז פארבונדן מיט א הוספה באיכות, איז פארשטאנדיק, אז דאס איז פארבונדן מיט א הוספה אין דעם אימה ויראה וברתת ובזיע. ובפרט נאך, כמדובר כמה פעמים, ווי ער איז מאריך אין דער התחלה פון דער המשך פון מים רבים, אז דער אויבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט, אז די ענינים וואס זיי זיינען מוכרח דער תכלית ההכרח קומען אן גאר אונזיסט אדער גאר לייכט, די ענינים וואס זיי זיינען אויך מוכרחים, אבער ניט אויף אזא הכרח קומען זיי אן אויך לייכטער, ווי אנדערע זאכן, אבער ס'איז עפעס א השתדלות דארף זיין בזה, ביז אז דער ווארענען טובות ומרגליות, ווי ער ברענגט דארטן, איז גאר פארבונדן וואס ער דארף אראפקומען אין מצולת ים אנשטאנד ס'זיין בתקנה חייו, וואס דאס איז ניט סתם אן ענין פון השתדלות ויגיעה הגיעה עצומה, אזוי זעט מען אויך בהנוגע צו תורה ומצוותי בהנוגע צו תורה ומצוותי איז דאך פארבונדן נוסף וואס ס'איז דא די מצוות שהזמן גרמא, אפילו די מצוה שאין הזמן גרמא, איז דאך אבער אויך פארבונדן מיט כמה וכמה תנאים, נאר ווען די תנאים זיינען ניט פארבונדן מיט זמן, משא'כן אז ס'קומט צו תורה, וואס היא חיינו ואורה
¶14ימינו ביידע ענינים. דאס איז אורך ימינו, אן ענין פון תענוג שבתורה, פארבונדן מיט תענוג בחיים, ס'איז אבער אויך פאר דערויף איז דאס אויך חיי האדם, בדוגמא ווי מים לגבי דגים, ווי די גמרא זאגט דאך אויף דערויף די דוגמא פון אידן מיט לימוד התורה, דאס איז ודגים ומקום חיותם וואס דאס איז דער מים, איז דאך דאס אן ענין הכי הכרחי, האט מען דאס געמאכט אין אזא אופן, אז ס'קומט חמשה עשר באב, איז שטייט דאס נאך מערער בהדגשה, אט דער ענין וואס כאמור, בנוגע צו מצוות שאין הזמן גרמא, אפילו די ששה מצוות, ווי געבראכט כמה פעמים, וואס דער ספר החינוך זאגט, אז זיי זיינען תמידים בכל מקום ובכל זמן, ואמונת ה'און אהבת ה'און יראת ה'און אבער אמונת ה איז דארף זיין א איד א מאמין בכל רגע ורגע, אבער אף על פי כן, ווי מ'זעט בפשטות, איז בשעת ער איז זיך מתבונן אין גדלות הוי שטייט ער דעמאלט ניט אין קיין תנועה פון אמונה, און ס'איז ניט חס ושלום א היפך, אבער ער האט אין דערויף הבנה והשגה, כל אחד לפום שיעור ידיליהם, על אחת כמה וכמה אז ער איז זיך עוסק אין א מצוה, וואס דאס איז ניט די מצוה, עאכו כמה וכמה וואס כאמור, מצוות קענען זיי מקיים-זיין אפילו די וואס זיינען ניט א זמן גרמא זיינען זיי אויך פארבונדן מיט הגבלות, משא'כן דער ענין התורה האט מען געגעבן, בלשון סך אונז איצטערהייט, אז יעדערער האט דאס און קען דאס האבן, הלוך ומוסיף ואור ווי דער פסק-דין אין תורה איז, אז דער וואס האט ניט קיין אנדער ברירה, איז אט דעמאלט פסוק אחד שחרית ופסוק אחד ערבית איז ער יוצא דעם ענין מצוה פון לימוד התורה, און נאך מערער אויך דעם ענין פון א ציווי בתורה, לא ימוש ספר התורה הזה מפיך מפי זרעך בלילה און סיי ביום, פסוק אחד שחרית ופסוק אחד ערבית. וואס דאס איז שייך און דאס איז בהישג יאר,
¶15קייכות און מקיים דערמיט די מצוה, אז מ'זאגט אט דעם פסוק, אז קטן שבקטנים בכל מקום ובכל זמן, על אחת כמה וכמה ווען ער איז שוין בר-מצוה, און אט דעמאלט האט ער דאס במציאות, ווי מ'זעט דאס, אז בא יעדער אידן, אז מ'פרעגט ביי אים דעם פסוק פון שמעי ישראל קען ער דאס אויף אויסווערן, עד כדי כך, אז ס'איז דאך מנהג ישראל א קאפיצלאך קינדער, על אחת כמה וכמה ווען זיי ווערן שוין עלטערע, גיוה לחינוך, על אחת כמה וכמה נאענט צו בר-מצוה איז דער פסוק פון שמע ישראל קען מען אףיי שוין. במילא האט ער דאס אלעמאל במזומן ער דארף ניט זוכן א ספר א חומש אדער א סידור, אלעמאל קען ער דאס זאגן, ס'איז מערניט ווי אט די עטלעכע ווערטער, וואס ער קען זיי פון קטנות שבקטנות דילי קען ער אויף אויסנוואיניק. וואס דאס איז בדוגמא ווי געזאגט בארוכה אין די מים רבים-אזוי איז דאך תורה ומצוותי בדוגמא ווי ער זאגט אין פרקי אבות-אבנים טובות ומרגליות, דערנאך איז אבער דא אט דאס וואס זיי זיינען חיינו, ביז מים איז דאס תורה, און לחם איז דאס תורה, וכל הענינים, און אלע דוגמאות, ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז דאס איז די דוגמא פון מים צו בדגים, וואס פירוש מן המים איז אט דעמאלט איז ער פירוש פון זיין חיות, ובלשון המשנה כמדובר בארוכה און שוין אויך טאג אין דערויף.
¶16וואס דערפאר איז אויך איז דאס פארבונדן צום ענין השמחה הכי גדולה, אז דער אויבערשטער האט געגעבן אט די מצוה אין אזא אופן, אז מ'דארף גאר אויף דערויף ניט האבן קיין התבוננות גדולה, און מ'דארף אויף דערויף ניט האבן קיין אריכות גדולה, אפילו אין דער הכנה אן התבוננות, און מ'האט דאס גלייך די חשיבות ענין התורה, לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו, און בפרט נאך אז דאס ווערט גערעדט, און דערנאך ווערט דאס געטאן בצבו וכיוצא בזה, האט מען דאך דעמאלט די אלע ד'כתות, כמבואר אין חסידות ובקבלה ובכמה מקומות, אז די ד'כתות זיינען דאס בדוגמא פון די ד'אותיות פון שם הוי, אנכי הוי'לכי דוקך דער נותן התורה, אשר נשא לנו את תורתו ברוך אתה הוי על אחת כמה וכמה כמדובר לעיל, אז דאס איז דא מן המוכן בכל זמן ובכל רגע, נאך מערער אפילו פון די ששה מצוות, וואס יענע איז מען ניט מחוייב, אז זיי זאלן שטיין בגלוי, ביז וואנענט אז ס'קען דורכגיין א שעות נאכאנאנד ער זאל זיך ניט מתבונן זיין אין דעם ענין פון ואהבת אהבת הוי,' און אף על פי כן האט ער ניט נאר ניט עובר געווען קיין עבירה בדבר, וויבאלד אז ביכלתו, אז ווען ער וואלט נאר געוואלט, מ'וואלט ניט געווען פארנומען מיט אן אנדער ענין של קדושה וואלט ער זיך מתבונן געווען אין דברים המביאים לידי האהבה, דאס וואס תורה איז אבער מדגיש, אז היא חיונה ואורך ימינו איז דאס אלעמאל דא בגלוי, ביז וואנענט, אז אפילו בשעת ער איז מקיים א מצוה, וואס דאס איז דאך לכאורה ניט קיין ענין פון לימוד התורה, איז אבער די מצוה אליין שרייט אים, אז זי איז אין א מדה מסויימה, און ער איז איר מקיים אין אן אופן מסויים, און טוט דאס מיט א ברכה לפני וכיוצא בזה, דערפאר וואס אזוי שטייט אין שולחן-ערוך איז יעדער פרט אין יעדער מצוה איז מדגיש דעם ענין
¶17פון תורה, און נאכמער די מסקנא שבתורה. און יהי רצון, אז פון דעם דיבור בכל ענינים אלו זאל מען בקרוב ממש זוכה זיין, אז ס'איז ואשיבה די אנלע ענינים כבראשונה, כולל אויך אז בנות ירושלים ובנות ישראל, ווי די ביידע גירסאות בזה אין סיום המסכתא, איז יוצאות וחולות בכרמים, און זיי אלע ד'כתות צוזאמען, און דערנאך קומט גלייך בהמשך לזה, און דאס איז א יום חתונתו ביום שמחת לבו, ווי דער סיום פון דער מסכתא איז, אז ביום חתונתו איז דא מתן תורה, וביום שמחת לבו איז ער בנין בית המקדש, און ווי ער איז מסיים אין גמרא שיבנה במהרה בימינו עמו ממש.