עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-sdg2yann

kind
paragraph
order
9v
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז אראפברענגען דעם פסוק פון תמים תהי'עם הוי'אלקיך פון שופטים איז פארשטאנדיק גלייך דער ביאור פארוואס ער רעדט וועגן דערויף אין פרשת נצבים, ווארום ער איז גלייך ממשיך אויף במה דברים אמורים ווען ער האט מקיים געווען דעם תמים תהי'עם הוי'אלקיך. אויב אבער ס'איז געווען חטא ופגם ועבר את הדרך וכו אט דעמאלט זאגט מען גלייך אין פרשה נצבים, כי המצוה הזאת לא רחוקה היא ולא בשמימים ווי די גאנצע אריכות, ווי ער איז דערנאך מבאר, און ער ברענגט אראפ ביז בסוף סעיף זה, וואס איתא ברמב ן, אז ווי ס'שטייט דא המצוה אזוי סתם מיינגט מען דאס מצות התשובה, וואס דאס איז פארבונדן מיט פרשה נצבים, און פארבונדן מיט חודש אלול בכלל, ווען א מלך איז בשדה, און מקבל פנים שוחקות, די אלע וואס ווענדען זיך צו אים, און ווארט אויף זייערע בקשות, ווארום ער ווייס אז זיי האבן וואס צו מבקש זיין און זיי דארפן מבקש זיין, און ער האט שוין מלכתחילה אפגעמאכט, אז ער וועט געבן זיי בשנים שוחקות באופן דמוסיף והולך ואור, און אין דערויף גופא איז דאך אויך די הדגשה, אז אף על פי וואס ס'איז דא דער ענין פון תמים תהי'עם הוי'אלקיך איז דאס א און דאס הויבן הויבט מען דאך אן מיטן קיום הענין, ס'איז דאך ערשט לאחרי א המשך קען ער קומען צו חטא ופגם ועבר את הדרך, ווארום אז ער געפינט זיך גלייך אין דרך איז גלייך משביעין אותו תהי צדיק ואל תהי רשע געפינט ער זיך שוין אויפן דרך, נאר דארטן קען זיין ופגם במילא ווערט דאס א שינוי אין דער תמימה, דארף מען האבן מעין עבודת פון עיבור, וואס עיבור איז אויך וואס די לבנה האט משנה געווען, און זי איז טאקע געמיינט לטובה, על דרך ווי אפילו דער יצר-הרע, ווי ער זאגט אין זהר, אראפגעבראכט אין תניא, איז אויך כוונתו לטובה, על אחת כמה וכמה בנוגע צו נפש הבהמית פון א אידן, כמדובר,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions