English
ספרייה
kind
paragraph
order
bd
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דברי סופרים נאר אויך חביבין דברי סופרים דער ענין פון חביבות, ויקרא אל משה וואס ס'איז דא בא יעדער אידן אין א לשון של חביבות, און דאס איז ביי אים דאס מגלה און רופט דאס ביי אים ארויס ביז אין אן אופן אז מ'זעט גלייך, אז דער איד איז אן אוהל מועד, און ביי אים שטייט דער משה בגלוי, וואס ביי אים איז געווען דער ענין פון אוהל מועד, קודם שנתגלה המשכן ונעשה המשכן, איז שוין געווען דער אוהל מועד בא משה רבינו, שטייט דאס אזוי בא משה פון יעדער אידן, און אין אן אופן פון ויקרא אל משה ולא נאמר מיהו הקורא דערפאר וואס דאס נעמט זיך פון עצמות אליין, וואס דארט איז לא אתרמוז לא בשום עוז ולא בשום קץ על אחת כמה וכמה לא בשם שם, וביחד עם זה ווערט ער דער ויקרא אל משה וואס ס'איז דא בא יעדער אידן, ווארום די תורה איז דאך נצחית, און אפגעגעבן געווארן צו האנשים והנשים והטף, כמבואר אין א לשון צחה וברורה אין תורת אמת און תורת חיים, אז יעדער איד זאגט, אז ער האט מורשה קהלת יעקב גאנץ תורת משה, באקומט ער דאס אלס ירושה, וואס דער דין בא ירושה איז דאך אין דבר הוי'זו הלכה, אז תיכף שיצא לאויר העולם, און ס'ווערט א חלק אלוקה ממעל ממש, אין א גוף גשמי איז ער גלייך יורש הכל, על אחת כמה וכמה דאס וואס איז כולל דעם הכל, כל באורייתא וברא עלמא האט באשאפן דעם הכל, וואס דאס איז תורת משה, און דאס קומט דאס אין אן אופן פון ירושה, וואס דארט איז ניט שייך קיינע מדידות והגבלות, ער איז יורש הכל בכל הענינים, נוסף אויף די חמשה דברים, וואס דאס איז נאך פון פון פריער, כמדובר כמה פעמים.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים