עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-sb6qv9rb

kind
paragraph
order
Y
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
שהוא, ובכללות, אז ס'זאל זיין אן ענין מסויים פון שליח עושי שליח, אז יעדער שליח מאכט א פרי, וואס פרי בדומה שלו איז ער אויך עושי שליח, וואס יעדער איד איז דאך באשאפן געווארן על שלוחו של הקב",ה אויף לעשות לו ית ברך דירה בתחתונים במילא איז דאס שייך צו יעדער אידן, על אחת כמה וכמה צו אט די אידן וואס זיי זיינען שלוחים במשפחתם אדער בסביבה שלהם, אדער שלוחים בפשטות, כמדובר כמה פעמים. און אויך מכריז זיין, אז מ'זאל מזרז-זיין די שלוחים בפועל, וואס זיינען שלוחים אויך אין אן אופן רסמי, אז זיי זאלן זיך משתדל זיין במשך פון שנה זו על כל פנים מוסיף זיין לכל הפחות נאך איין שליח, ומה הטוב יתר על זאת, און אויך דער עיקר, אז דער שליח וואס ער וועט מוסיף זיין זאל אויך זיין א שליח עושה שליח, וואס דער שליח וואס דער שליח אויף וועט מאכן וועט אויך זיין שליח עושה שליח, און אזוי אין אן אופן פון אין סוף, וואס דאס ווערט דאך אויך דער ענין פון פירות ביז פירי פירות, עד סוף העולם, אז מ'מאכט א סוף צו דעם העלם וואס איז דא אין עולם, און ס'ווערט א דירה לו יתברך בתחתונים בגלוי, עושה העלם והסתר, נאר בגלוי א דירה לו יתברך אין עולם התחתון הזה. וואס דאס היילט נאכמערער צו, אז ס'זאל זיין דער עיקבם אפילו כהרף עין די זריזות ווי ס'איז געווען דאך קודם החטא, איז דאך דעמאלט געווען אז בו ביום איז אויך געווען די עשיית פירות. וואס על דרך זה וועט דאך אויך זיין לעתיד-לבוא, ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז לעתיד-לבוא איז א שטאט פון תשעה ירחא לידי וועט זיין תשעה שעות פון דעם עיבור, און ס'וועט גלייך זיין א בריא וחזק מכל עניני וכל השלימות. און בכל הפעולות בענינים האמורים היילט נאכמער צו די קיום כל היהודים, לכל לראש דעם יעוד פון די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions