עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

8 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1מאזוי ס'איז דאך ערב שבת, וואס שבת איז שבת שירה, און פארבונדן בשנה זו אויך וואס ס'איז בחמשה עשר יום, בחודש פון קיימא סיהרא באשלמותא, וואס דעמאלט איז דאך אויך דער ראש השנה לאילנות, און ווי די גמרא טייטשט דאס אפ, אז דאס גייט כהאדם הייץ השדה, און טייטשט אפ די גמרא אין תורה שבעל פה במיוחד, אז דאס איז מצד דערויף דאס גייט אויף א אידן, און וואס ביי א אידן איז דאך אן ענין עיקרי דער ענין התורה שבו, וואס אין תורה איז דאך אן ענין עיקרי וואס גדול לימוד שמביא לידי מעשה פירות מעשים טובים וואס תורה ווערט געלערנט אין אזא אופן אז דאס קומט ארויס אין מעשה בפועל, און דאס רעדט זיך אין אזא אופן אז מ'בענטשט אויף דערויף דעם אויבערשטן, ווארום הקב", הוא עוזרו, איז יעדער ענין של פרי, על אחת כמה וכמה פירות, שנשתבחה בהם ארץ ישראל, וואס דאס איז דאך דער מנהג ישראל, אז ביום פון ראש השנה לאילנות, איז דאך דעמאלט עסט מען אט די פירות, כמדובר כמה פעמים, און ווי מ'זעט דאס אויך אין מנהג ישראל, איז דאך נשתבחה בהם ארץ ישראל וואס אידן, איז דאך בכל מקום שהוא, איז ער דאך אליין אן ארץ-ישראל זאך, א פירי פון ארץ-ישראל, שרצתה לעשות רצון קונה און רצון מיט ביידע אפטייטשן רצתה פון לשון אז ער וויל דאס, און נאך א זאך אז דער ווילן זיינער באגרעניצט זיך ניט דערמיט וואס דאס בלייבט אין רצון, אדער דאס קומט אראפ לאט לאט לאט דערנאך אין מחשבה און דיבור און מעשה, נאר ס'קומט אראפ אין אן אופן פון רצא, מלשון רצא, הוי רץ לדבר מצוה, און וואס בא יעדער אידן, און בא איי אידן, ובפרט אט די וואס זיינען פארבונדן מיט פנימיות התורה, און בתורה בכלל, איז ווייסן זיי דאך, אז דער ענין התורה איז דאך אז ס'זאל אראפקומען לידי מעשה, און א מעשה פארבונדן מיט תורה דארף זיין על פי התורה

2דוקא אין אן אופן פון הוי רץ לדבר מצוה, ביז רץ בפשטות, אז ער דערהערט אז ס'איז דא א זאך וואס צו טאן אין א גוטע זאך, איז דאך דעמאלט באגנוגנט ער זיך ניט וואס ער איז מחליט אזוי צו טאן, אדער ער רעדט וועגן דערויף, אדער ער גרייט זיך דערצו, אדער ער הויבט אן אין דערויף, נאר ער הויבט דאס טאן אין אן אופן של ריצה, גלייך פון אנהויבס אן הויבט ער גלייך אן מ לויפן דערצו, בפרט נאך אז דאס קומט דאך בכל השנים, ובשנה זו איז דאך דאס יום השבת קודש, וואס דעמאלט איז דאך די עלי'פון כל הימים שלפני זה, ובעניננו וואס ס'איז נוגע במיוחד צו אונז איז דאך דאס דער יום ההילולא, אז כל הענינים, כל עבודתו אשר עבד בהם משה כל ימי חייו, וואס דאס איז דאך פועל ישועות בקרב הארץ בפרט אין יום הילולא, ובמיוחד אז ס'הויבט זיך אן דער פערציקטער יאר, וואס דעמאלט איז דאס פארבונדן מיט נתן הוי'לכם לאו לדעת ונעין לראש ועשו לאו לשמוע און ווי גערעדט בארוכה כמה פעמים בנוגע צו קהר מנין שדעתא דרבא בשנת הארבעים, אנהויבנדיק פון התחלה שנת הארבעים, און ווי גערעדט שוין אויך כמה פרטים בזה, ווי אזוי דאס איז נוגע בנוגע לפועל. וואס דאס איז אויך מעורר אין די טעג וואס מ'געפינט זיך צווישן יום ההילולא און דעם ראש השנה לאילנות, ובפרט אז דאס איז נאך דער שבת אויך פון דעם יום ההילולא, זאל יעדערער בא זיך זיין דער קאים הדעתא דרבא מאכן בא זיך דעם חשבון לויט דעתא דרבא וואס דארף ער אראפברענגען בפועל, פון דעתו דרבא פון דעם יום ההילולא, וואס דעמאלט האט דאך אים דער רבא, דער נשיא דורנו, געגעבן אים א תוספת כח מכל הענינים, דארף דאס זיין דער קיים אין אזא מין אופן וואס זאל ער אראפברענגען, און דאס זאל זיין גלייך אין אן אופן פון צומח, וואס דאס איז דער ענין פון ראש השנה לאילנות איז דאך גלייך פארבונדן מיט סמיחה,

3דערפאר איז אויך אין אן ענין סויים, כדי מ'זאל ניט טומלען זיך וואס קומט פריער און וואס קומט שפעטער, איז דאך דער ענין פון פארבונדן מיט סמיחה, איז דאך לכל לראש האט דער מאכט פירות כיוצא בו, אפילו ווען ער האט נאך בנוגע צו זיך אליין ניט דערטאן, דארף ער אבער זען, אז אין די פירות זיינען זאל זיין בתכלית השלימות, און וויבאלד אז ראש-השנה איז ווי מ'זעט בכל עניני ראש-השנה איז דאך דא די הכנות לזה, על דרך הרגיל גאר א גאנצער חודש, גאנץ חודש אלול, על כל פנים עטלעכע טעג לפני זה, ניט ווייניקער ווי פיר טעג, כבדובר כמה פעמים בנוגע צו מספר ימי הסליחות וכו וואס אזוי איז דאך אויך בשנה זו, צווישן יום הילוקה און די שבת וראש השנה לאילנות, דער שבת שלאחרי זה, איז דאך דא בינתיים אויך על דרך ווי די ימי הסליחות, וואס זיי זיינען דא א הכנה און ס'קען ניט זיין ווייניקער ווי די טעג. וואס דאס קומט אויך גלייך בנוגע לחיי יתן אל לבו אפלערנען און אויסנוצן די צייט שבין שני ימים אלו, אויף נאכאמאל זיך מתבונן זיין מיט לב לדעת ונעים לראש וזנעים לשמוע, ווי אזוי ער זאל אראפברענגען נאך מערער די כל הענינים וואס ער האט באקומען אין דעם יום ההילולא, וואס הויבט זיך אן צום פערציקטן יאר ביתר שאת וביתר עוז בכל הענינים, כמוזכר לעיל, ווי אזוי ער זאל אויסנוצן די טעג שבינתיים, אז שוין בשבת זאל ער קענען שוין מאכן א ברכה, ווארום ער האט שוין פירות, עאכו כמה וכמה די פירות וועגן וועלכע ס'רעדט זיך בהלכות אלו, איז דאך דאס אזוינע פירות וואס זיי האבן א ספעציעלן געשמאק, ביז וואנענט אז נשתבחה בהם ארץ ישראל, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך לכל לראש דער החי יתונה לבו אריינכאפן אט די טעג, ובפרט נאך אז מ'האלט שוין איצטער בערב שבת, האט מען דאך אויך דעם כח פון כפליים לטושי אז בכחינו משנה

4לחם משנה ויכנת אשר יביו האט פרייטיק א סגולה, אז ס'קען מאכן א צווייענדיקע מנות, צוויייענדיקע כמות, על אחת כמה וכמה באיכות, און וואס נאך מערער דאס איז צוויי, ניט נאר ווי סתם אכילה, נאר דאס איז צוויי מאל א לחם משנה פון א לחם פון שבת, וואס לחם פון כל עניני שבת, אויך לחם שבת איז דאך אן ענין של עונג און של שמחה וכו,' און אף על פי כן, איז אין איין און איינציקן טאג, וואס דאס איז פרייטאג, מאכט ער ניט נאר אויף פאר איין טאג, נאר אויך פאר צוויי טעג, און פאר צוויי טעג אין אן אופן של עונג ושמחה וכו כמדובר כמה פעמים, און בא שבת איז דאך אן ענין וואס ס'טאר ניט זיין קיין תענית, במילא נט אז אפילו ער וויל טענה'ן אז ער וועט פארארבייט די אכילה גשמית מיט אכילה רוחנית זאגט אים שבת, אז ס'דארף זיין עונג שבת, און עונג שבת איז פארבונדן מיט ענינים גשמיים, סיי בנוגע צו אכילה סיי בנוגע צו שתי'בשר שמן ויין ישן וכמדובר כמה פעמים, ולכל לראש דער ענין פון לחם, וואס לחם לבב אנוש יסוד וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן וואס אויך בהנוגע צו ארבעים שנה זאגט מען א קהן עניש אדעתא דרבי וואס דאס איז מלשון עניש. וכמדובר כמה פעמים, אז אף על פי וואס עניש איז דאך דא די דרגא הכי תחתונה און עניש הלב ואנוש ההוא אז מ'האט שבת בכח, אז דאס מאכט מתוך עונג ומתוך שמחה אין אן אופן פון כפליים לתושי וכמדובר כמה פעמים, ויש להרבית בזה, וואס יטלו חכם ויח כמור וואס מ'האט שוין גערעדט, בפרט נאך אז מ'האט גערעדט אין דערויף. וואס דערפאר וועט מען איצטער אויך מסיים-זיין, כרגיל, מיט אן ענין של צדקה, וואס צדקה ברענגט דאך אראפ כל הענינים בזריזות, ומתוך שמחה ובסבר פנים יפות, און אויסנוצן אויך אט די שעות וואס ס'איז דא בינתיים, און אויך איבערגעבן בכל מקום

5שהוא, ובכללות, אז ס'זאל זיין אן ענין מסויים פון שליח עושי שליח, אז יעדער שליח מאכט א פרי, וואס פרי בדומה שלו איז ער אויך עושי שליח, וואס יעדער איד איז דאך באשאפן געווארן על שלוחו של הקב",ה אויף לעשות לו ית ברך דירה בתחתונים במילא איז דאס שייך צו יעדער אידן, על אחת כמה וכמה צו אט די אידן וואס זיי זיינען שלוחים במשפחתם אדער בסביבה שלהם, אדער שלוחים בפשטות, כמדובר כמה פעמים. און אויך מכריז זיין, אז מ'זאל מזרז-זיין די שלוחים בפועל, וואס זיינען שלוחים אויך אין אן אופן רסמי, אז זיי זאלן זיך משתדל זיין במשך פון שנה זו על כל פנים מוסיף זיין לכל הפחות נאך איין שליח, ומה הטוב יתר על זאת, און אויך דער עיקר, אז דער שליח וואס ער וועט מוסיף זיין זאל אויך זיין א שליח עושה שליח, וואס דער שליח וואס דער שליח אויף וועט מאכן וועט אויך זיין שליח עושה שליח, און אזוי אין אן אופן פון אין סוף, וואס דאס ווערט דאך אויך דער ענין פון פירות ביז פירי פירות, עד סוף העולם, אז מ'מאכט א סוף צו דעם העלם וואס איז דא אין עולם, און ס'ווערט א דירה לו יתברך בתחתונים בגלוי, עושה העלם והסתר, נאר בגלוי א דירה לו יתברך אין עולם התחתון הזה. וואס דאס היילט נאכמערער צו, אז ס'זאל זיין דער עיקבם אפילו כהרף עין די זריזות ווי ס'איז געווען דאך קודם החטא, איז דאך דעמאלט געווען אז בו ביום איז אויך געווען די עשיית פירות. וואס על דרך זה וועט דאך אויך זיין לעתיד-לבוא, ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז לעתיד-לבוא איז א שטאט פון תשעה ירחא לידי וועט זיין תשעה שעות פון דעם עיבור, און ס'וועט גלייך זיין א בריא וחזק מכל עניני וכל השלימות. און בכל הפעולות בענינים האמורים היילט נאכמער צו די קיום כל היהודים, לכל לראש דעם יעוד פון די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו

6וועלן מיר אלע זיין וקיצו ורננו שוכן עפר ובעל ההילולא בראשם, בארצנו הקדוש, און דארט גופן בירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש ובקודש הקדשים, און אויך לכל לראש די זריזת הכי גדולה אין דעם ענין פון שליח עושה שליח, וואס דאס קען דאך גלייך יעדערער מחליט זיין ווי אזוי ער שטעלט-אויס אין זיין שליחות וואס ער האט אויף זיך, ווי אזוי ס'זאל ווערן אותו שליח, על אחת כמה וכמה די שלוחים כפשוטם, על אחת כמה וכמה וואס צדקה באווייזט דאך א דוגמא, אז ס'דארף זיין רצול לדבר מצוה ווי מ'זעט דאך אויך בנוגע צו מצוות צדקה, ווערט דאך דאס א דין אין שולחן-ערוך, און דאס היילט נאכמערער צו, אז יחדל אביון מתוך הארץ און ס'וועט זיין ביז וואנענט אויך אין תורה וועט זיין

7אף על פי וואס ס'וועט אויך זיין דער לימוד איש מפרעהו, וועט דער עיקר הלימוד וועט זיין פון דעם אויבערשטן עליהן כולם בשוה כולם ידעו אותי, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון הכנות צו שבת שירה, וואס שירה איז דאך פארבונדן מיט שמחה, און ס'איז דאך אויך פארבונדן מיט פרשה שבת שירה, א ענין פון בשלח פרעה את העם, אז אפילו וועלט, ובראשם, דער מלך פון דער וועלט, דער מושל בכיפור פון וועלט, וואס דאס איז דאך פרעה, איז ער פארנעמט זיך דערמיט פון בשלח פרעה את העם, ווי ער זאגט אין מדרש, אויף זען אז קלום מזוי טענה א כור איז דאך כדי לעשות א סך כורים, אט דאס איז געווען די ארבעט פון פרעה'ן, אז ער איז בשלח פרעה את העם ער האט געשיקט די אידן זיי אוועקגעשטעלט אין אזא מעמד ומצב מצד השתדות פון פרעה, אז זיי זאלן מאכן פירות ופילי פירות, ווי ער טייטשט אזוי אפ אין מדרש. וואס דאס איז אויך, כמדובר, אויף מודיע זיין און מפיץ זיין בכל מקום ומקום, אט די וואס הערן דאס וועלן זיך אליין מפיץ זיין, און די וואס הערן איצטן זיי מסתמא איבערגעבן וועגן שליח, אותו שליח בחייו הפרטים אין זיין שליחות הפרטיות, ועוד הוא העיקר ענינים פארבונדן מיט כלל ישראל אין שליחות הכללית, ועוד והוא העיקר אז ס'זאל זיין מתוך שירה ושמחה אמיתית, ווארום מ'האט כל ענינים הדרושים, סיי ברוחניות סיי בגשמיות, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה האט מען דאך א שירה אמיתית, און ווי אפגעטייטש אין דער סדרה בגלוי, אז אין דער סדרה בגלוי שטייט די שירת משה ובני ישראל, און דערנאך ווערט דער מערניט ווי מ'רומט בקיצור די שירת הנשים דערנאך קומט די הפטורה און איז אויך מגלה, ובאריכות הכי גדולה, אז דארט איז דוקא די שירת הנשים וואס דאס איז שירת דבורה בגלוי, און ברק בן אביניהם קומט מערניט אלס א טפל, כמדובר כמה פעמים.

8און יהי רצון, אז בהמשך צו שנה שעברה זאל זיין דער הקהל האנשים ואנשים והטף קהל גדול, און ס'קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה מתוך שמחה וטוב לבב, און מ'פארענדיקט אויך די לעצטע רגעים אין גלות אויך מתוך שמחה אמיתית, פארבונדן אויך מיט אכילה וואס איז פארבונדן מיט תענוג ושמחה, ווי די אכילה פון די פועלות פון חמשה עשר באב, חמשה עשר באב בשבט, וואס זי איז דאך פארבונדן ווען די חמשה עשר בשבט קומט אויס ווי בשנה זו ביום השבת גרייטן זיך צו די אלע פירות שוין בערב שבת, ביז וואנענט אז מ'האט זיי בגלוי און צוגעגרייט, און מן המוכן און זיינען מוכן לסעודו, מיט די אלע ברכות השייכות לזה, וואס דאס זיינען דאך אויך די שיעורי הלימוד אין שיעורי רמב״ם פון די טעג, און אויך דעם טאג פון שבת שירה עצמו, און יהי רצון, אז מ'זאל האלטן אין איין שירות ותשבחות להקב'ה, ביז לעודות ולהלל לשמחה הגדול נאך זייענדיק אין גלות, וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן אויף פארטרייבן דעם גלות, און ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, אזוי אז נאך ערב שבת שירה, און שבת שירה על אחת כמה וכמה האט מען שוין משיח צדקנו, צוזאמען מיט הקיצו ור אהרן און שוכני יפה, וכל צדיקי העולם, און אלע אידן פון כל הדורות כולם, כמדובר לעיל קהל גדול בגלוי, נשמות בגופים, ובשמחה ולטוב לבב.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions