Paragraph
Paragraph rh-s9wzrb0s
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8xxnxgev
- order
- 7k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און טאן די אלע ענינים אין אן אופן פון תסמח און תסמח, און אין אן אופן פון הקהל האנשים והנשים והטף אויף יעדערער פון זיי פאר זיך, און דערנאך אויך אין אן אופן פון הקהל זאלן זיי טאן די אלע זאכן, וואס דאס וועט נאכמערער צוגעבן אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלעמען וואס מ'נויטיקט זיך. איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו, דורך רבי'ן דעם שווער, דעם ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, פון דעם מחבר פון ספר התניא, אז מ'זאל לעבן מיט דער צייט, מיט דער פרשת השבוע, און פון דער סדרה פון דער וואך אויך אין יעדער טאג במיוחד, מיט דעם חלק הסדרה וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג, דערמיט, דאס הייסט אפלערנען דערפון אויך א הוראה בהנוגע צום טאג-טעגלעכן לעבן במיוחד, און צו דעם טאג, און צו די מענטשן, און צו די קינדער, מיט וועמען מ'טרעפט זיך צוזאמען, און מ'פראוועט צוזאמען, דעם צוזאמענטרעפן און די חגיגה. וואס דאס איז אויך פרשת השבוע, איז דאך כי תצא, און אין דעם טאג גופא דער חלק פון רביעי ביז חמישי, וואס דאס רעדט זיך אויך וועגן דעם ענין פון כי תצא, וויבאלד אבער אז אין צווישן איז דורכגעגאנגען פון תחילת הסדרה ביז רביעי כמה פסוקים, האט מען דאך געלערנט און געוואגן נאך ווערער, פארשטאנדיק אין תורה ומצוותי אויך אין קיום פון אירע מצוות, איז פארשטאנדיק, אז אויך אין דערויף וואס מ'לעבט דערמיט קומט אויך צו, און אין אן אופן וואס דאס איז פארשטאנדיק פאר יעדערן, לויט זיין פארשטאנד, און ער קען דאס אויסנוצן אין זיין פערזענליכן לעבן, לויט זיינע מעגלעכקייטן. וואס דאס איז אויך ווי דערמאנט, אז די פרשה
- proofread
- 0