עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-s40ta07r

kind
paragraph
order
9O
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז דאך געווען מלכתחילה פארשטאנדיק, ווי מ'האט דאך געוואוסט דער מנהג פון רבותינו נשיאינו, אז בשעת ס'ווערט געבארן וועט מען זיכער אים געבן א נאמען נאך זיין זיידן. וכמדובר כמה פעמים וכיוצא בזה, במילא, איז אף על פי וואס דער נאמען בגלוי האט מען געווארט אויף כניסה לבריתו של אברהם אבינו, האט מען אבער אויך שוין געוואוסט, ובפרט די וואס האבן א שייכות צו תורת חב", וואס דאס איז דאך דער כל הדור כולו, וויבאלד אז ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז דאס איז דער נשיא של כל הדור כולו, און מ'האט דאס געוואוסט מלכתחילה, וויבאלד אז ער איז דאך געווען א בן יחיד, במילא ממלא מקום אבותיו לכל הדיעות, אן קיינע ספקות בדבר, און דערנאך איז משנה לשנה איז אין דעם יוסף צוגעקומען נאך אמאל יוסף, ביז אין אן אופן דער צווייטער מאל איז שוין געווען שלא בערך פון דעם ערשטן מאל, ועל דרך זה שנה אחר שנה, ובתכלית השלימות, אז ס'ווערט דער ענין פון ויהי'בארבעים שנה, און אין דערויף גופא טיילט מען דאס פאנאנדער ווי תורת
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions