transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך ויהי בארבעים שנה פון זינט די ערשטע הילולא, וואס זי איז דאך אין דעם טאג פון הסתלקות, וואס דעמאלט איז דאך ווי דער אלטער רבי שרייבט אין אגרת הקודש, איז כל עבודתו אשר עבד בבשך ימי חייו איז פועל פעולות בקרב הארץ,
¶2הארץ על דרך ווי מ'זאגט דאס אז בנוגע צו יציאת מצרים, און דעם אויסכן וואס ס'איז דארט געווען איז דא אויך דער לשון פון בקרב הארץ און מ'טייטשט דאך דארטן אפ אין פשטות, אז דאס איז געווען נאך בשעת די ארץ איז געווען ארץ מצרים איז געווען בתקפו מכל ענינים פון מצרים, כמבואר די קראה פון וואס דער ענין מצרים איז בפשטות, ועל דרך זה איז דארט וואו ס'שטייט דער לשון פון בקרב הארץ מיינט מען אויך, ברוב הפעמים, אז דאס איז בקרב פון די ארציות פון דעם ארץ אין וועלכן מ'געפינט זיך אין דעם גלות, על דרך ווי מ'געפינט זיך איצטער אין דעם גלות, אין דעם לעצטן גלות, ביחד עם זה איז דאך דאס גלות אדון, וואס דאס איז דאך דער ליינגסטער גלות און דער שווערסטער גלות פון אלע גליות, וואס דערפאר איז דאך אויך אזוי שווער צו ווארטן, און מ'האלט אין איין טענה אדמתי וכו איז בשעת ס'קומט די ארבעים שנה, וואס דעמאלט איז דאך לאחרי ווי ס'איז שוין געווען דרייסיק ניין מאל אזוי, און מפעם לפעם
¶3ווערן דאך די אלע ענינים טובים, הלך והוסיף והתחזק, וביחד עם זה פורחות והולך אין די ענינים וואס מ'דארף מברר זיין, מצד דער ענין שאינו רצוא שבזה. וואס דערפאר איז דאס אויך ניט קיין סתירה דברים האמורים, דערמיט וואס מ'זעט בפשטות, אז במשך פון די ארבעים שנה איז צוגעקומען א ריבוי מופלג אין הפצת המעיינות חוצה, אנהויבנדיק פון מפרסם-זיין לראשונה פון תורת רבותינו נשיאינו פון תורת חב", וואס דאס איז דאך כולל כל הענינים, על דרך ווי דאס איז בא דעם אדם התחתון, איז דאך דער חב". שלו, וויבאלד אז ער ווערט אנגערופן אדם על שם אדמה לעליון ווערט ער דאך אנגעפירט פון דעם מוחין שלו, און וואס בכללות ווערן זיי נתחלק אויף די דריי ענינים, איז וואס זיי ווערן אויך בפרטיות אין זיינע חושים איז דאס אויך די דריי ענינים פון לב לדעת ואין לרות ואין לשמוע, וכבשטות לב לדעת
¶4ענין פון דעת, און דערנאך איז עניין לראש ועזניין לשמוע וואס דאס איז דער ענין פון חכמה און בינה, וואס חכמה איז פארבונדן מיט ראי א, און בינה ווערט אנגערופן און איז פארבונדן מיט שמי,' און ס'ווערן די אלע דריי זאכן צוזאמען, וויבאלד אז מ'שטייט ביי ארבעים שנה, עאכו כמה וכמה אז אויך בתחילה, גלייך בא דעם ערשטן מאל, רעדט זיך דאך דאס וועגן דער הילולא פון א נשיא פון תורת חב אד, במילא איז אויך שוין בפעם הראשונה האט מען שוין בגלוי דעם ענין פון חכמה בינה דעת, און ווי אלע דריי זאכן קומען צוזאמען, וביותר איז דאך דאס אויך מודגש, וואס ס'איז דאך אויך נרמז בשמו, אז גלייך ווי ער איז יצא לאויר העולם, איז גלייך ביום השמיני, ווען נכנסה נפש הקדושה האט מען שוין א נאמען געגעבן, סיי דעם נאמען יוסף, וואס דאס איז יוסף הוי'לי בעין אחריו, און סיי דער נאמען יצחק, און וויבאלד אז דאס איז דאך ווי בפשטות,
¶5איז דאך געווען מלכתחילה פארשטאנדיק, ווי מ'האט דאך געוואוסט דער מנהג פון רבותינו נשיאינו, אז בשעת ס'ווערט געבארן וועט מען זיכער אים געבן א נאמען נאך זיין זיידן. וכמדובר כמה פעמים וכיוצא בזה, במילא, איז אף על פי וואס דער נאמען בגלוי האט מען געווארט אויף כניסה לבריתו של אברהם אבינו, האט מען אבער אויך שוין געוואוסט, ובפרט די וואס האבן א שייכות צו תורת חב", וואס דאס איז דאך דער כל הדור כולו, וויבאלד אז ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז דאס איז דער נשיא של כל הדור כולו, און מ'האט דאס געוואוסט מלכתחילה, וויבאלד אז ער איז דאך געווען א בן יחיד, במילא ממלא מקום אבותיו לכל הדיעות, אן קיינע ספקות בדבר, און דערנאך איז משנה לשנה איז אין דעם יוסף צוגעקומען נאך אמאל יוסף, ביז אין אן אופן דער צווייטער מאל איז שוין געווען שלא בערך פון דעם ערשטן מאל, ועל דרך זה שנה אחר שנה, ובתכלית השלימות, אז ס'ווערט דער ענין פון ויהי'בארבעים שנה, און אין דערויף גופא טיילט מען דאס פאנאנדער ווי תורת
¶6חבד זאגט, און דער מיטעלער רבי איז מאריר בארוכה, אז אפילו אין די התבוננות שקודם התפילה, אדער בתוך התפילה, וואס דעמאלט איז דאך עומד לפני מלך מלכי המלכים הקבוש ברוך הוא, דארף אויך זיין, אף על פי וואס ער איז ממלא זיכער דעם ציווי און האט באקומען דעם פולן כח אויף עומד לפני מלך מלכי המלכים הקב",ה ביז ווי דער לשון שטייט דאך בכמה מקומות, מיטן סיום בכבודו ובעצמו, איז אף על פי וואס דאס איז בעצמו, אדער על כל פנים בכבודו, באחד עם זה מוז דאס אראפקומען אויך אין די פרטים און פרטי פרטים, במילא בפרטי לויט ווי תורת חב אד פארלאנגט דאס, כמוזכור לעיל, ביחד עם זה איז פארשטאנדיק, אז דאס וואס קומט אראפ אין פרטים ופרטי פרטים איז דאס אויך ווי פארשטאנדיק פון דעם ביאור פון דעם מיטעלן רבי'ן, אז דאס איז אן ענין של הוספה, אז נוסף אויף דעם עילין וואס מ'האט פון כבודו ובעצמו, און וואס מ'האט פון די התבוננות באופן ההתבוננות אין דעם ענין העצמי שבזה, אין א אופן און אין דעם ענין הכי כללי שבזה, האט מען
¶7בהוספה על זה אויך דעם ענין ווי דאס קומט אראפ ביז אין פרטי פרטים, וואס דאס איז אויך וואס מ'זאגט, אז דאס וואס מ'זאגט לאו לדעת, ואיניים לראש ואיניים לשמוע קומט דאס בהוספה אויף דערויף וואס מ'האט דעם כללות ענין פון ארבעים שנה, וואס דאס איז דאך כולל ארבעים שנה אלס איין און איינציקער ענין במילא האט דאך דאס די כללות שבכללות, ביחד עם זה קומט אויך צו אט דער עילוי וואס מ'האט על ידי, ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר, כמוזכר לעיל, על ידי ההתבוננות אין פרטים ופרטי פרטים, קומט דאס אויך אלס א הוספה צו דעם ענין ווי מ'האט דאס שוין, דעם עיקר הענינים, ביז בכבודו בעצמו פון כל הענינים. נאך ווי מ'האט דאך געזען, אז ער איז דאך געווען א בן יחיד ביחד עם זה, איז אף על פי וואס דער רביים שלפני זה איז דאך בא יעדערן פון זיי געווען מערער ווי איין בן יחיד, אנהויבנדיק פון דעם אלטן רבי'ן, על דרך זה אויך בא דעם מיטעלן רבי'ן, און דערנאך ביים צמח צדק, און דערנאך ביים רבי'ן מהרש, איז אף על פי כן איז דא געווען בגלוי
¶8דער ענין פון א בן יחיד, און אויך מיט כל הפירושים שבזה, ביז דער פירוש ווי אזוי יחיד איז נאך העכער פון אחד, וכמדובר כמה פעמים. און אין אן אופן אז דאס אלץ קומט אראפ אין כל השומע יצחק לי אז אפילו אט דער וואס האט נאך ניט זוכה געווען ער זאל זיין א רואה בענינים אלו, אבער על כל פנים היתר השמי'מרחוק, און ווי נאך א חילוק בזה, אז די ראי'נעמט זיך די ענינים, אז לכל לראש נעמט מען דעם ענין בכללותו, און מ'זעט דאס אויך בראי איז צום אלעם ערשטן וואס ער זעט זעט ער כללות הדבר, און דערנאך ערשט נעמט א זמן, און לפעמים א ריבוי זמן, ביז וואנענט ער קומט אראפ אין די כללות פון די פרטים, און דערנאך אין דער כלל גדול שבפרטים, און דערנאך אין כלל סתם שבפרטים, ביז ער קומט אראפ אין פרטי פרטיות. וואס דאס איז אזוי בהנוגע ראי זשאין כן בשמיעא, איז ווי דער רש י טייטשט אפ בארוכה אין פרשה ויגש בתחילתו, אז יכנסו דברו באזניך
¶9איז דאך אויך זעט מען דאך בפשטות, ווי אזוי קומט דאס פאר, אז דברו גייט אריין דיבור אחר דיבור, איין פרט און דערנאך נאך א פרט, ביז וואנענט אז ער האט א שומע קען שוין אויך פארנעמען מ'זאל אים זאגן כללים, און דערנאך ווערט ער נאכמער נכנסו דברו באזניך אז ער קען שוין פארנעמען א כלל גדול, ביז וואנענט ער קען פארנעמען דער כללות הענין, ביז אין כבודו בעצמו פון דעם ענין. וואס אזוי איז אויך חב'ד מאנט דאך, אז דאס זאל זיין עבודה שלימה בכל האופנים, במילא האט מען אויך סיי די עבודה, אז מ'גייט מן הכלל אל הפרט, און אויך מן הפרט אל הכלל, און מ'זעט דאס אויך בא יעדערן, אז ס'איז דא ענינים ווי מ'זעט דאס אויך במשך היום, גייט ער מן הכלל הכי גדול פון אמירת מודה אני לפניך, ווי דאס איז דער כלל הכי גדול שהחזרת בי נשמתי, און ערשט דערנאך קומט ער אראפ אין פרטים י'חס פרטים, און אין ברכת השחר, און דערנאך נאכמער בפרטיות, אין
¶10אין די זמירות, אין די ברכה שלאחרי דא, שלפני קריאת שמע, און דערנאך בקריאת שמע, און דערנאך בתפילת העמידה, וכמדובר כמה פעמים. און דערנאך איז אויך דא די עבודה אין דעם פארקערטן אופן, אז מ'הויבט אן פון א פרט שבפרט, ווי מ'זעט דאס אויך נוסף על זה וואס מ'דארף אנהויבן פון אמירת מודה אני לפניך איז דאך תורה איז כללות ופרטות נאמרה, איז אויך על דרך זה בהנהגות האדם, האט מען די הנהגות האדם, אז ער הויבט אן דערמיט וואס ער נעמט דעם כלל הכי גדול, וואס דאס איז החזרת בי נשמתם מיט די פרטי ביאור הלשונות בזה, און דערנאך קומט ער אראפ אין פרטים ופרטי פרטים, און דערנאך איז אויך דא אין דער צווייטער ריכטונג, אז ער הויבט-אן פריער פון הודו להוי'קירוב בשמו, און דערנאך איז פסוקי דזימער, און דערנאך די ברכות שלפני קריאת-שמע, און דערנאך קריאת-שמע, און ערשט דערנאך קומט ער צו תפילת העמידה, און בפרטיות יותר אין תפילת העמידה איז דאך דער עיקר דער שלשה ראשונות און שלשה אחרונות, וואס דערפאר איז דאך ביו-טוב ובשבת האט מען דאך
¶11מערניט ווי א ברכה אחות באמצע, און ביחד עם זה איז דאס א תפילת העמידה, מיט דער גאנצער שלימות שבדבר. על אחת כמה וכמה ווי ס'קומט דערנאך אראפ אין תפילת עלינו, און אין עלינו גופא אין דעם סיום וחותם שבזה, וואס דאס איז דער פסוק פון אחת צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך. און אין דערויף גופא דער סיום שבסיום, דער ענין פון ישוב את פניך איז דאך, אז מ'געפינט זיך מיט די פנימיות שפנימיות פון דעם אויבערשטן, און מ'געפינט זיך דארט אין אן אופן פון התיישבות, וואס דאס איז דאך די כבודו בדוגמא פון כבודו ובעצמו, ויש לומר אז דאס איז נאך העכער פון כבודו ובעצמו צו מ'קומט לאחרי העבודה פון פרט הכי קטן הכי פרטי, ביז דערנאך מדרגא לדרגא, ביז צו את פניך, אז מ'האט א התיישבות, און דערנאך קומט מען את פון לשון טפל ובטל, צו וואס? צו פניך, ביז פניך האמיתיים,
¶12וואס דאס איז דאך די נקודה, ניט נקודת התמצית, נאר די נקודה וואס נעמט ארום אלץ, וביחד עם זה איז דאס איין און איינציקע נקודה, און ניט קוקנדיק וואס לכאורה איז דאך דאס מן הקצה אל הקצה אף על פי כן האט זיך נאך איינגעשטעלט, כאנשי כנסת הגדולה אז דאס איז אן ענין פון א סידור השוה לכל נפש, און מ'קען דאס פארלאנגען דערפאר וואס מ'האט געגעבן כח אויף דעם, וכל נפש מישראל כקטן כגדול, על דרך ווי מ'זעט דאך אויך, דער לשון ווערט דאך גענוצט פון רמב,"ם, וואס ענינו איז דאך געווען רבית מפסי בארץ מצרים וואס דאס איז דאך די כללות העבודה פון יעדער אידן און אלע אידן, אז אף על פי וואס די נשמה איז אראפגעקומען אין איצר הגוף, און ביז וואנענט אז ס'איז ניט אין מיצר, נאר מצרים לשון רבים, איז באגנוגנט ער זיך ניט אויף דארט וואס ער טוט דארט אויף איין פרט אדער איין כלל, אדער איין כלל שבכלל, נאר ס'דארף זיין ער זאל איבערמאכן גאנץ ארץ מצרים, ביז וואנענט אז ס'ווערט ווי דער נוסח אין דעם סיום
¶13פון שיעור חומש פון יום ראשון, פון פרשה זו, איז דאך ובני ישראל יוצאים ביד רמה. וואס דאס איז דאך אויך כמבואר אין די ספרים דער רמז שבדבר, אז אויף דערויף איז דער תרגום פון ביד רמה אותיות פון ר'שמעא בן יוחאי, וואס ער האט זיך מאחד געווען און געמאכט איין זאך, נגלה און חסידות, ניט, אז ער איז געווען דער מלומד בניסים אז דאס איז געווען זיין טבע, וכמדובר כמה פעמים, אף על פי וואס ס'איז געווען זמנים וואס ס'איז געווען ענינים פון גלות, שלא בערך אפילו פון שאר עניני גלות פון די תנאים שבזמן ר'שמעון בן יוחאי, וואס זיי האבן ניט געהאט אויף זיך דעם נסיון און דעם גלות פון זיין סגור במערה יו בו שנה אחת, און דערנאך יו בו שנה, וכמדובר כמה פעמים. וביחד עם זה איז דאס בראש גליי דער תרגום פון ביד רמה אותיות רשבי, און דאס איז אין אן אופן וואס דאס קומט בגליא און בראש, דערפאר וואס אט דאס איז דאך דער ענין פון ר'שמעון בן יוחאי געווען אויף מאכן אז פנימיות התורה זאל
¶14געלערנט ווערן על ידי ר'שמעון בן יוחאי וחברי'ו, חברותא דילי'ו חבירם, און דערנאך האט מען דאס איבערגעגעבן דורך תורת חב אד צו יעדערן וואס לערנט תורת חב אד עאכו כמה וכמה אט די וואס האבן זוכה געווען און מקבל געווען, אדער נאך בחיים חיותו בעלמא די נשמה בגוף, פון דעם וואס איז איצטער דער ארבעים שנה פון זיין יום הסתלקות, אדער על כל פנים, וויבאלד אז צדיקים איז דאך דומין לבוראן און אנא נפשי כתבית יהבית האט ער דאך זיך אריינגעגעבן, כידוע דער פתגם פון זיין פאטער, וואס ער איז געווען זיין בן יחיד און זיין ממלא-מקומו, אז ער גייט אין הימל און די כתבים לאזן זיך אייך, במילא איז דא געווארן א ריבוי כתבים, און די זאך וואס ער זאגט אז ער גייט אין הימל, איז דאך ידוע דער פתגם פון דעם בעל ההילולא, אז ס'איז א דבר בטוח אז לא יעזבו את צאן מרעיתם, במילא איז ניט שייך צו זאגן אז ער גייט אין הימל, נאר ס'איז פונקט פארקערט, דער עיקר שלו איז דוקא בארץ לזו התחתנו, און אין דער ארץ לזו התחתנו דוקא
¶15אין גלות, און דוקא אין חצי כדור התחתון, און דוקא אין דעם חצי כדור התחתון ווי ס'געפינט זיך דארט לכאורה איידער ער איז אהינצו אראפגעקומען נשמה בגוף, אין דעם חצי כדור התחתון איז דאך דעמאלט דארט געווען דער ענין פון לימוד פנימיות התורה, איז אור שם זהר שם און דערנאך, גלייך ווי ער איז געקומען נשמה בגוף, וכמדובר לעיל, וואס ער אליין איז מעיד, אז לא יעזבו את צאן מהריתא געפינט ער זיך מיט יעדערן פון אונז, בנערינו ובזקנינו האנשים והנשים וטף, ובפרט אז ס'קומט די ארבעים שנה, איז דאך מה-דאך, אז בפעם הראשונה איז געווען כל עבודתו אשר פעל במשך ימי חיים חיותו, געפינט זיך דאס אין אן אופן פון פועל ישועות בקרב הארץ, עאכו כמה וכמה, אז דערנאך איז מידי שנה בשנה איז נאך צוגעקומען אלץ מערער און מערער, ביז וואנענט אז מ'קומט אין ארבעים שנה, אט דעמאלט האט מען, ווי חב'ד פארלאנגט, אז דאס זאל זיין אויך אראפגענומען ביז אין פרטיות דער ענין פון לב לדעת, וואס דאס איז מוח הדעת, און יניים לרועות דער מוח החכמה, ואזניים לשמוע דער ענין הבינה.
¶16ויש לפירוש ווי קומט דאס דא, אז ער הויבט-אן מיט דעם ענין פון דעת דער סדר ימיכן איז דאך אפריער ווי מ'זאגט אין דעם ראשי-תיבות פון חב אד, אז פריער דערמאנט מען דער ח'פון חכמה און דערנאך דער בי'פון בינה און דערנאך דער ד'פון דעת, בשעת אבער מ'האלט שוין בא די ארבעים שנה-אט דעמאלט הויבט מען אן דער דעת איז האט דאך אין זיך צוויי ענינים, ווי דאס שטייט במקומו, און דערנאך איז דער ענין הדעת ווי ער איז ממלט דעם מקום פון כתר, וואס דערפאר איז ווען דעת נמנה איז אין הכתר נמנה, און ווען דער כתר נמנה איז ניט חס ושלום דעת פעלט, נאר דעת שטייט דעמאלט אין אן אופן פון כתר, במילא קומט דאס נאך פאר חכמה און פאר בינה. וואס יש לוי'בזה, אז דאס איז אויך דער עם, וואס דאס זאגט מען דעם לשון בנוגע צו ארבעים שנה, וואס דעמאלט ווערט דאך דער תכלית השלימות אויך אין דעת. איז דאך פארשטאנדיק, אז תכלית השלימות בדעת איז ווען דאס איז ניט נאר ממלא מקום הכתר און דאס געפינט זיך למטה מחכמה ובינה, נאר ווי דאס שטייט נאך למעלה מחכמה ובינה, וואס דערפאר הויבט מען אן פון לב לדעת און ערשט דערנאך
¶17נעים לראש, און ערשט דערנאך אז נעים לשמוע. בכל אופן, ווי מ'זאל ניט וועלן טייטשן און דעם ביאור אין דעם סדר, איז דאס איז דאך א דבר הכי פשוט, אז מ'מאנט אין שנת ארבעים, און ווי אזוי מאנט מען דאס? בשעת מ'זאגט אז נתן הוי'לכם אדער נתינה בין יפה נותן און ס'קומט פון שם הוי און ס'קומט אין אן אופן פון לכם איז ווי אזוי קען מען דאס מאנען, אז דעת שטייט נאך העכער
¶18פון חכמה ובינא, ברכות, וואס דערפאר זאגט מען כאילו עבר ובטל מן העולם דערפאר וואס חס ושלום זאגן, אז דאס איז א חסרון ווען מ'האט די עבודה פון מאה שנה, נאר אדרבא דאס איז כאילו עבר ובטל מן העולם ער איז העכער פון אלע העלם והסתר, ס'מוז דאך אבער זיין דוקא די עבודה פון נשמה בגוף, און דוקא די עבודה אין עולם הזה התחתון שאין תחת למטה הימנו, דערפאר זאגט מען כאילו עבר ובטל מן העולם ווארום בפשטות איז מראה באצבעו ואומר זה אט זיינען די חסידים פון נשיא דורינו, וואס איצטער, היינטיקן מית-לעת, איז געווארן ארבעים שנה וואס ער איז עולה מעלה למעלה, מעלה לאחרי מעלה, וביחד עם זה איז ער יורד ירידה אחר ירידה, אויך אין זמן, במילא ווערט דאס אויך
¶19אוריז אין אלע דרגות, און ס'ווערן נצטרף און נתברר און נתדחש, ביז כזור הרקיע, די אלע בירורים וואס מ'דארף נאך מברר זיין און מזכך זיין און מעלה זיין בעולמנו זה דרגא אחר דרגא, צוזאמען מיט די כללות העבודה, ביז וואנענט אז מ'האלט שוין פארענדיקן די פחים קטנים, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו יעקב'ן, דאס וואס ס'איז געווען דעמאלט פארבונדן מיט שוועריקייטן, מ'האט זיך געדארפט אמפערן מיט עשב'ן אדער מיט מלאכו של עשב, איז דאך זינט דעמאלט האט זיך שוין דורכגעגאנגען אז עשב האט נאכגעגעבן יעקב, און ויעקב האט אים איינגענומען, ביז וואנענט אז ער האט זיך גאר געבעטן ביי יעקב'ן, אז יעקב זאל שוין קומען אין הר סייל און דארטן זאל זיין ועשו לה
¶20הוי'המלוכה, איז דאס אבער געווען ווי יעקב האט געוואלט האבן דעם בירור, האט ער געזען, אז דאס קען מען נאך דערוויילע ניט אויספירן, וכמדובר כמה פעמים, אז ס'איז געווען כמה פעמים מ'האט געוואלט דוחק זיין את הקץ האט מען דעמאלט אבער מגלה געווען מלמעלה, אז דעמאלט וועלן זיין א סך ניצוצות וואס מ'עט זיי ניט באווייזן צו מברר זיין מצד קוצר הזמן, במילא האט מען דערפאר גע'פועל'ט בא צדיקים וואס זיי ווייסן דעם צער פון דעם גלות וואס מ'האט פון שכינתא בגלותא און אחב ד'נגט בגלותא און סתם א איד בגלותא, און מ'האט פועל געווען, מ'האט דאס אפגעלייגט איין קוץ אויף א צווייטן קוץ וכו,' משא'כ אבער בזמננו זה, אז ווי די גמרא איז מעיד כלו כל הקיצין, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'דארף קומען און ס'קומט תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה, אן קיין שום צער, און ס'ווערן ניט פארלארן חס ושלום אפילו קיין איין און איינציקן ניצוץ, ווארום אידן האבן א טענה, אז מ'געפינט זיך שוין ניינצן הונדערט יאר אין גלות, איז וויפל איז א שיעור צו ווארטן און וויפל איז א שיעור צו זאגן, און וויפל קען מען נאך זאגן אז ס'זאל בלי
¶21אין גלות ס'איז א דבר מושלע לגמרי, און ס'דארף זיין גאולה בשלימותה, במילא איז מען מעלה אלע ניצוצים, ובפרט אז חב'ד מאנט דאך, אז אף על פי וואס לכאורה אז ער לערנט תורת חב", דארף ער דאך קאכן בעיקר אין ענין פארבונדן מיט עבודת המוכין, זאגט מען אבער גלייך ואהבת בכל לבבך וכל נפשך וכל מאדך לאחרי ווי ס'איז דא די התבוננות, ישמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד, וואס דאס איז דאך אויך די ג'שמות, און בפרט נאך אין ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד בדוגמא פון חב ד, און מ'זאגט, אז ס'דארף זיין בכל לבבך וכל נפשך וכל מאדך בפשטות, ביז וואנענט אז ס'האט שוין א דבר בטוח, אז והיו אם שומע תשמעו תשמעו במילא האט מען שוין אויך די ארץ שבעה אומות און ארץ פון עשר אומות, און דערנאך פרעגט מען די שאלה וואס וועט זיין מיט עבודה פון אתכפיא והתהפכא איז מען גלייך ממשיך אין דער פרשה שני, אז נוסף אויף די עבודה פון כפשוטה, וואס דאס איז די התחלת הפרשה והיו ימשמוע תשמעו האט מען דערנאך אויך די
¶22עבודה פון אתכפיא ביז אין הזהפכא, וואס דאס איז וואס בדקות דדקות איז דאס דער ענין פון דער ענין וואס דאס איז לכאורה היפך פון עשה טוב ער פארנעמט זיך מיטן ענין פון מרע איז ביחד עם זה האט מען אויך, ביז וכתפת המזוזות בתיך ובשעריך אז דאס ווערט אזוי אויפגעטאן בחלקו בעולם, וואס די גאנצע וועלט איז דאך זיין בית און במילא דער שער פון דער גאנצער וועלט וועט דאס זיין בשעריך איז אט דארטן האט מען אים געגעבן דעם כח, און ער טוט דאס אויף בפשטות, וכתבתם המזוזה ביתיך ובשעריך ביז אין אן אופן אז דאס ווערט אין אן אופן פון קביעות, וואס דערפאר איז דאך דער נוסח הברכה, ניט דער לשון הכתוב וכתבתם המזוזה ביתיך בשעריך נאר דקבי'מזוזה, און מזוזה איז דאך אויך כמבואר בכמה מקומות, אז דאס איז סיי דער ענין פון זה און סיי דער ענין פון זו וואס דאס איז כולל די עבודה פון א אידן אלס א משפיע, און די עבודה פון א אידן אלס א מקבל, וואס דאס איז דאך דער חילוק צווישן זו און זה, און מקדים לזה איז מען דעם אות מ", וואס דאס איז פארבונדן מיט דער בן ארבעים לבינה, כמדובר כמה
¶23פעמים, און פארבונדן במיוחד מיט דער ענין פון גאולה האמיתית והשלימה, וואס זי איז דאך פארבונדן און מ'קומט תיכף ומיד ממש, אין מ'שנה, אין בארבעים שנה, ביז אין אן אופן אז מ'האט דעם היפך הסדר פון העולם כולו, דורך דערויף וואס מ'איז מהפך דעם סדר אין תורה, און מ'שטעלט אריין א מים סתומה אין א מיטן טובה און מ'שטעלט אריין א מין פתוחה, און שלא במקומה בסוף הטובה, כמדובר כמה פעמים, און ווי בפשטות הקראה. ועוד והוא העיקר, כמדובר כמה פעמים בנוגע צו עבודת דורשו לנו, אז דאס איז דוקא מתוך עונג ושמחה, מ'קומט דאך פון יום השבת, וואס דאס איז יום העונג און יום השמחה, אין מוצאים פון דעם יום ראשון לאחרי השבת, וואס מיני'מתברכין כולי יומי אנהויבנדיק פון יום ראשון בשבוע, וואס ווערט אנגערופן בכתוב יום אחד, ביז וואנענט אז אידן על ידי עבודתו, עבודתם, טוען אויף פון דעם אחד, ווי ער טייטשט דאס אפ אין מדרש, אז דאס איז דער ענין פון יחיד, און אזוי איז אויך אפילו קטנים
¶24שבקטנים, פון אידן ברוחניות, בעבודה רוחנית, ביז אפילו קטנים שבקטנים בפשטות, זיי מאכן פון כל הענינים שבעולם, אפילו א קליין קינד איז מען דאך אים מחנך, ומחנך לאו דוקא ווען ער האט א מחנך, א מעמיק אין תורת החסידות, נאר ווי ער ווערט מחונך על ידי א מיידל וואס האט געלערנט אין בית רבקה וכיוצא בזה, און דערנאך האט זיי זוכה געווען און געווארן א מחנכת פון אידישע קינדער, איז זיי גלייך מחנך, אז וואס הויבן זיי אן זייער טאג, מודה אני לפניך שהחזרת בי נשמתי בחמלו רבה אמונתך ניט סתם אמונה נאר רבה אמונתך, וואס דאס האט דאך אויך דעם אפטייטש פון רבה אמונתך אז דאס ווערט נתפשט אין אן אופן פון רבב, ווערט דער ענין האמונה אויך נתפשט, וכמדובר כמה פעמים, וכידוע דער דרוש אויך אין לקוטי תורה, וואס ער איז דארט מאריך, אז אין וואס וועט זיין די אמונה לעתיד לבוא? וויבאלד אז מ'האט דאך די הבטחה פון ומלאה הארץ דעה את הוי איז וואס וועט זיין דעמאלט די אמונה, און איז דארט מבאר בארוכה, אז בשעת ס'קומט צו דעה
¶25אין את הוי ביז אפילו ווען די דיעה איז כמים לים מכסים, גיט מען דעמאלט מלמעלה אן ענין הכי נעלה אפילו לגבי דעם כמים לים מכסים פון לעתיד-לבוא, און דארטן גופא איז גייען אידן מחיל אל חיל, אז אין דעם כמים לים מכסים איז מען מסדר דארטן, אז דורך עבודה בחכמה בינה דעת, ווערן נתן הוי'לכם לב לדעת ועינים לראש וזניים לשמוע. און מ'האט שוין דעמאלט געגעבן מלמעלה אן ענין צו וועלכן מ'קען נאך ניט דערגרייכן, און מ'מוז אנקומען דוקא צו אמונה. און בשעת דערנאך איז א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז מ'האט דאס אים געגעבן בדרך אמונה, און מ'האט די הבטחה פון ילכו מחיל אל חיל ביז יראה אלקים בציון אזוי איז אויך גייט ער אין סוף דרגות אין דעת את הוי במילא האט ער אויך אין סוף דרגות אין אמונה בהוי ביז וואנענט מ'האט אין דעם ענין אין אמונה נאך העכער פון די אלע אמונות וואס ס'איז געווען אין זמן הגלות, וואס דאס איז נאך אויך די דרגא פון אמונות בכבודו ובעצמו, וואס ס'וועט זיין בקרוב ממש
¶26אז מ'וועט האבן גלייך נאך בלילה זה, און קודם קריאת שמע של המטה, און קודם אכילת פון ארוכת הערב, און קודם ההמשך פון די התוועדות וועט מען האבן גלייך די תכלית השלימות ידיעה, במילא האט מען אויך די דרגא אין אמונה לפי ערך פון תכלית השלימות פון די ידיעה פון יום ראשון פון פרשה בשלח פרעה את העם, מיט אלע פירושים שבדבר, אף על פי וואס ס'איז א זיכערע זאך אז מ'גייט זיך ארויס מגלותנו זה אין אן אופן פון ביד רמה בריש גליי אותיות, און ראשי-תיבות פון ר'שמעון בן יוחאי, און דאס איז אין א ריש גליי האט מען אויך דער יד רמה אין דעם ענין פון אמונה, ביז וואנענט אז מ'ווערט נתאחד מיט א יחוד נפלא מיט עצמות מהות, כמדובר כמה פעמים. וואס דערפאר איז אויך בנוגע לפועל, וואס המעשה הוא העיקר איז נוסף אויף די התחזקות אין דעם ענין הצדקה און א מספר וואס איז פארבונדן מיט ארבעים, במילא איז דאס אים מעורר און גיט אים נאך כח, ווי צדקה גיט כח אין יעדער עבודה, על אחת כמה וכמה אין עבודה פארבונדן מיט תורה, און תורה ווי זי
¶27פארבונדן מיט עבודה און מיט גמילות חסדים, האט ער דאס אין אן אופן פון ארבעים, און האט דאס בהקדמה, אז דאס איז דער אופן פון ארבעים, אז ס'איז שוין געווען דער נתן הוי'לכם לא לדעת ואינין לראש וא זנין לשמוע אין תחילת פון מעת זה און תחילת לילת זה, במילא האט ער דעמאלט אויך געהאט דעם ענין האמונה לפי ערך פון דעם דעת און פון דעם ראי'און פון דער שמיעה, און גייט מחיל אל חיל אין דעם ענין פון אמונה, וכמובן ומוסבר אין דעם דרוש אין לקוטי תורה, און אין די דרושי רבותינו נשיאינו, און אויך אין דער דרוש הידוע, וואס למרבה הפלא האט מען אים געגעבן א נאמען, דוקא א נאמען פון א גוי'שע שטאט, נאמען פון דער שטאט, און ס'איז געווען דוקא אין מסך זמן רב אן עיר הבירה, וואס דאס איז די שטאט מאסקווע, האט מען דאס א נאמען געגעבן דער מאמר וידעת פון מאסקווע, און אזוי איז געבליבן קבוע דער שם שלו אין כתבי שיחות רבותינו נשיאינו, ביז אויך פון נשיא דורינו,
¶28און מ'האט אויך דער ענין, ווי ער איז מבאר אין דעם מאמר, דער ענין פון ידיעה למעלה אחרי מעלה עדי סוף, און צוזאמען דערמיט אויך ווי ער איז מבאר אין דעם מאמר אויך דער ענין אין אמונה, ביז וואנענט אז די אמונה בתחילתה ווערט ביי אים, ווי ער טייטשט אפ אין תניא, אז אמונה פון לשון אימן אז דאס ווערט ביי אים א טבע ורגילות, במילא האט ער דערנאך אמונה אין א דרגא גדולה יותר, און אין די אלע ענינים אין אן אופן, כמוזכר לעיל, אין אן אופן פון ביד רמה.
¶29נאכאנאנד, האט מען דאס ניט געזען, אחוץ סחידי סגולה, וכמדובר כמה פעמים איז דאס געווארן אין אן אופן פון הפצה. ובפרט נאך אז מ'טוט אויך די עבודה פון יפוצו מעינותיך חוצה בפשטות, צוזאמען מיט דעם ביאור בזה און דעם דיוק אין די אלע דריי ענינים פון יפוצו און מעינותיך און חוצה און ס'ווערט גלייך דער ענין, אז ס'ווערט נתגלה דער מעיין שלמעלה, און ס'ווערט נתגלה דער עוז שלמעלה און די מים שלמעלה, ביז ס'ווערט נתגלה דער כמים לים מכסם דוקא אין עולם הזה התחתון, און דארטן איז מען נשמות בגופים, אן קיין הפסק בינתיים, און מ'גייט נשמות בגופים, ווי דערמאנט פריער בקרב הארץ און מ'נעמט-מיט די כלי ענינים פון בתי כנשיאות ובתי מדרשות ובתי מעשים טובים, ובמיוחד אין מוסדות חדשים וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט דער שבת שלפני זה, וואס זיכער האט דאך יעדערער ממלא געווען די בקשה, און דארט וואו ס'איז געווען ביז איצטער איין מוסד, וועט ער גלייך מאכן האט ער שוין געמאכט, אדער גלייך מאכן א מוסד כמותו, במילא ווערט דאס אויך שתי מוסדות ביחד,
¶30און דארט וואס מוסדות סיבה שתהי דארף ערשט אנקומען א שליח און מאכן דארט דעם ערשטן מוסד, וועט ער גלייך אנהויבן מאכן פון צוויי מוסדות, כפליים לתושי'בבת אחת, און דער אויבערשטער וועט געבן אויף דערויף די אלע הוצאות. ובפרט נאך אז מ'האט זיך שוין אנגעהויבן מיטן ענין פון ארבעים, פון קופת רבינו, וואס מ'האט זיך משתדל געווען אז ס'זאל אנקומען אין די אלע ערטער ס'איז דא מוסדות, על כל פנים די ארבע מאה שקל עובר לשוחר, נאך אין אורות ענדיק זיך, און מ'גייט אריין אין דעם יום ההילולא, און ויהי רצון, אז בקרוב תוקף ומיד ממש, און אין דערויף גופא בקרוב ממש, נאך אין תחילת לילה זה, וויבאלד אז מ'האט שוין געזאגט דעם אך צדיקים יודו לשמ חכם יש וישרים את פניך זאלן האבן גלייך דעם ובני ישראל יוצאים ביד רמה בפשטות בריש גלייך, צוזאמען מיט ר'שמעון בן יוחאי, וואס ער האט דאך געמאכט פון נגלה און איצטער איין לימוד, וואס דאס איז דאך דער ענין פון ליג בעומר, וואס דאס איז דאך דער ענין פון ניסים, און בפרט אז יעדערער פון אונז געהערט זיך צו די איצטער צו חבראי'פון ר'שמעון בן יוחאי'על ידי לימוד
¶31תורתו, וואס צדיקים זיינען דאך לייגן זיך אריין אין זייערע מאמרים און אין זייער תורה, כמדובר כמה פעמים, ועוד והוא העיקר אז מ'גייט בריש גליי תיכף ומיד ממש, נאך בלילה זה, און אין תחילת הלילה, בפרט נאך אז מ'האלט שוין נאך תפילת עלינו און נאך אמירת פון אח צדיקים, ובפרט אז מ'איז מסיים מיט דעם ענין פון מאכן יעדערן א שליח אויף געבן אויף צדקה זאל דאס ניט סתם מקרב זיין די גאולה, נאר מזרז זיין די גאולה אין א זירוז שאין למעלה הימנו, במילא איז דאך פארשטאנדיק אז לא עיקבן אפילו כהרף עין אז ניט איז דאס פרעגט מען די שאלה אז דאס איז ניט זירוז, וויבאלד אז ס'איז דורכגעגאנגען א גאנצער רגע, א רגע כמימרא, און ס'ווערט נאך שנעלער און אין דערויף גופא, אז ס'איז גאר למעלה מהגבלת הזמן, דורך דערויף וואס דאס איז א נקודה ממש פון דעם זמן, און דאס ווערט דער זמן פון דער גאולה ווי א רגע, און די נאך ווייניקער און נאך שנעלער ווי א רגע פון גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, והקיצו ורננו שוכני עפר והוא בתוכם נשיא דורנו, וואס היינט איז זיין יארצייט, און במילא איז ער פועל
¶32פעולות בקרב הארץ, אנהויבנדיק פון זיין בית-מדרש און זיין בית הכנסת און זיין בית, ווי ער האט אויפגעטאן, און ס'איז קדושה אינה זזה ממקומה אין ענינים פון גמילות חסדים וצדקה, און מ'וועט דאס זען אויך, מראה באצבעו ואומר זה, נשמה בגופים דוקא, ותיכף ומיד ממש, והוא העיקר, ובני ישראל יוצאים ביד רמה.